עפל נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עטליכע שטיקלעך עפל ... נייעס!

-----

עפל האט נואוועמער דעם צווייטען ארויס געגעבן דעם אייפעד מיני, און א נייע געהעריגע סייז אייפעד, די אייפעד 4. אין די נעקסטע דריי טעג, האט עפל פארקויפט די פאנטאסטישע סכום פון 3 מיליאן אייפעדס!! - דאס נעמט אריין אלע ערליי, נישט דוקא די אייפעד מיני - דאס איז דאפעלט ווי ווען זיי האבן די לעצטע מאל - חודש מארטש - ארויסגעגעבן א נייע מאדעל, און דאן האבן זיי פארקויפט 1.5 מיליאן כלים אין א וואך, יעצט האבן זיי עס געדאפעלט, און אין דריי טאג.

אגב האט עפל פארציילט, אז זינט זי איז ארויסגעקומען מיט די "אייפעד", אין אפריל 10', האט זי שוין פארקויפט איבער 100 מיליאן אייפעדס!! און אז 91 פראצענט פון וועב טרעפיק וואס קומט פון טעבלעטס - ווי די אייפעס וכדו' - קומט פון אייפעדס!!

-----

אין דריטן קווארל פון פיסקעל יאר 12' האט עפל געהאט 50.4 פראצענט פון טעבלעט סעלס, און סעמסאנג האט געהאט 18.4 %, און עמעזאן האט געהאט 9.0 %. פאריאר אין דעם קווארטל איז עפל געווען 59.7 % פונעם טעבלעט מארקעט, סעמסאנג 6.5, און עמעזאן האט נאך נישט געהאט קיין טעבלעט.

די גאנצע טעבלעט מארקעט איז געוואקסען מיט 49.5 % פון די זעלבע קווארטל פאריאר אין 11', אבער עס איז נאר געוואקסען מיט 6.7 פראצענט, אין פארגלייך צו די צווייטער קווארטל פון דאס יאר. אבער דאס איז פאר די לאונטש פון אייפעד מיני און אייפעד 4.

-----

א פאניק איז אנשטאנען ביי עפל באנוצער, ווען עס איז געקומען א ריפארט אז עס איז דא א פערטיגע עפפ פאר עפל דיווייסעס, צו ניצן "גוגל מעפס", און אז עפל גייט עס נישט עפראווען. דאס האט געדארפט זיין, ווייל ווי באוואוסט איז עפל ארויסגעקומען מיט זייער אייגענעם "מעפ'ס" אין דירעקטע קונקורענס צו גוגל'ס מעפס, וואס זי האט גענוצט ביז היינט, און למעשה איז געווען גרויסע פראבלעמען מיט די מעפס פון עפל.
(ווי אויסגעשמועסט דא דא אין ווייטער)

דאס איז א גרויסער פראבלעם פאר עפל, ווייל יעדער קען דאך דיוועלעפן עפפס פאר עפל, און עס דארף דורכגיין די סענזור, און אז ס'איז גוט, גייט עס אריין אין "עפפ סטאר", אבער אז עפל גייט אנהייבן שפילן פאליטיק, וועלן אסאך דיוועלעפערס, צוריקהאלטן פון ארבייטען אויף נייע עפפ'ס.

למעשה איז געקומען שפעטער די נייעס אז עס איז נישט אמת, און עפל פלאנט יא צו עפראווען די עפפ.

-----

עפל שאצט, אז די נייע אייפעד מיני, גייט זיין "די אייפעד פון די צוקומפט", און עס וועט איבערנעמען די גרויסע אייפעדס, צו ווערן די צווייטע בעסטע פארקויפע פראדוקט, נאך די אייפאון.

דאס איז אינטערעסאנט, ווייל דע עפל אפגאט, סטיוו דזשאבס, וואס איז לעצטענס געשטארבן, האט אין 10' שטארק אראפ געריסן די "קליינע טעבלעטס" און געזאגט אז עפל וועט נישט מאכן אזא אייטעם, וואס איז DOA (דעד אן ערייוול), דאס הייסט "טוט פון געבורט", הפנים דזשאבס איז אויך נאר געווען א מענטש.

נאך איז אינטערעסאנט איבער דעם, אז עפל גייט מאכן אויף די אייפעד מיני ווייניגער געלט פון די פול סייז פעד, פון צוויי אספעקטען, קודם איז עס ביליגער, און די פראפיט מארדזשין (רווח נאך עקספענסעס) איז קלענער, ווי די רעגעלע אייפעדס, אבער עפל האלט אז דאס איז די צוקופט, און זיי מוזן מיטגיין מיטן שוואונג.

אזוי אויך האבן זיי נאך א חשבון. מייקראסאפט איז דאך ארויס געקומען מיט זייער אייגענעם "טעבלעט", די "סערפעס" (זעהט איבער דעם מער דא), און בע"כ גייט מייקראסאפט אריין שניידען אין עפל. אבער אז עפל קען מאכן די טויש צו א מיני טעבלעט, און אויך איבערדרייען דעם דעת הקהל מיט זיך, וועט מייקראסאפט - וואס איז יעצט אריין אין די ליין - כאפן א שטארקע קלאפ.

-----

דען קרא, - א געוועזענער הויפט סאפטוועיר אינדזשעניר ביי עפל, און שפעטער ביי גוגל - זאגט אז טראץ דעם וואס עפל גייט האבן לויטן חשבון זייער בעסטע יאר, דאס יאר, - מיטן אייפאון 5, און די נייע אייפעד מיני - איז אבער עפל'ס בעסטע טעג, אונטער איר, און פון דא אין ווייטער, גייט עס גיין בארג אראפ, פאר עפל.

ער ווייזט אן, אויף געוויסע גרויסע חברה, וואס האבן איבערגעלאזט עפל לעצטענס, און נאך מער אויף די דורכגעפאלענע עפל מאפעס. ער זאגט אז דאס ווייזט, אז די צייט איז די ערשטע מאל, וואס עפל לייגט א אנדערער אינטערעסע - א נקמה אין גוגל דעס מאל - פאר די קוסטעמער, וואס איז אלעמאל געווען פראיטעט נומבער איינס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

א דאנק פאר די אפדעיט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יישר לכתחילה.

אסאך מענטשען וואלטן געוואלט אז עפל זאל איינשלאפן אביסל. דערווייל וואקסן זיי אויף הייווען
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

עטליכע פונקטן, עפל האט געהאט גאר שוואכע סעילס פון אייפעדס, איי זיי האבן פארקויפט דריי מיליאן שטיק? יא די בעסטע 'נומער' פאר צייטונגען אבער למעשה האבן זיי עס פארקויפט אין 39 לענדער אנדערשט ווי ביז יעצט ווען אין די די ערשטע וויקענד האבן זיי פארקויפט נאר אין זיבן לענדער.
-------
עפל טעבלעט שער האט געכאפט א מאסיווע טראסק פון זיבעציג-אכציג פראצענט צו בלויז פופציג פראצענט, און זיי זענען אויפן וועג אראפ נישט ארויף.
--------
סעמסאנג געלעקסי עס טרי איז די פאפולערסטע פאון אויף די מארקעט אין דריטן קווארטל פון היי יאר לויט די אפיציעלע שאצונגען דאס יאר, איבערנעמענדיג די אייפאון.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דען קרא, - א געוועזענער הויפט סאפטוועיר אינדזשעניר ביי עפל, און שפעטער ביי גוגל - זאגט אז טראץ דעם וואס עפל גייט האבן לויטן חשבון זייער בעסטע יאר, דאס יאר, - מיטן אייפאון 5, און די נייע אייפעד מיני - איז אבער עפל'ס בעסטע טעג, אונטער איר, און פון דא אין ווייטער, גייט עס גיין בארג אראפ, פאר עפל.

ער ווייזט אן, אויף געוויסע גרויסע חברה, וואס האבן איבערגעלאזט עפל לעצטענס, און נאך מער אויף די דורכגעפאלענע עפל מאפעס. ער זאגט אז דאס ווייזט, אז די צייט איז די ערשטע מאל, וואס עפל לייגט א אנדערער אינטערעסע - א נקמה אין גוגל דעס מאל - פאר די קוסטעמער, וואס איז אלעמאל געווען פראיטעט נומבער איינס.


אויף סינעט האבעך געליינט אז עפל סטאקס גייען טראסקענען ווייל עפל האט שוין נישט קיין נייע חידושים ארויסצוגעבן.


ריק פערי האט געשריבן:סעמסאנג געלעקסי עס טרי איז די פאפולערסטע פאון אויף די מארקעט אין דריטן קווארטל פון היי יאר לויט די אפיציעלע שאצונגען דאס יאר, איבערנעמענדיג די אייפאון.


דאס איז נאר ווייל די אייפאון פינף איז ארויסגעקומען אינמיטן פון דעם קווארטל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

צום צווייטען יאר נאכאנאנד, איז די עפל סטאר אריינגעקומען אלס די געשעפט וואס מאכט די מערסטע געלט "פער סקווער פוס". מער רעכענט אויס וויפיל סקווערפוס אלע געשעפטען פון א געוויסע קאמפאני האט, און וויפיל געלט זיי מאכן א יאר, און מען צוטיילט עס "פער סקווער פוס".

היי יאר האט עפל אריינגעהויבן 6,050 פער סקווער פוס! די נאנטסטע קאמפעטישען האט געמאכט בערך האלב פון דעם 3,017, דאס איז "טיפעני" איינע פון די רעספעקטירסטע געשעפטען אין אמעריקע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:......
עפל שאצט, אז די נייע אייפעד מיני, גייט זיין "די אייפעד פון די צוקומפט", און עס וועט איבערנעמען די גרויסע אייפעדס, צו ווערן די צווייטע בעסטע פארקויפע פראדוקט, נאך די אייפאון.
......

היינט איז ארויסגעקומען אז דערווייל טוט די מיני טאקע אויפעסען געוויסע באניצער פונעם רעגיולער אייפעד, אבער נאר א חלק, און למעשה באשאפט עס מער נייע מיני באניצער, ווי עס נעמט אוועק פונעם אלטן אייפעד. דאס הייסט אז למעשה האט עפל פארדינט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

וואס מאל ברויך איך דאס זאגן? לכתחילה איך לעז דיינע באריכטן און כ'האב הנאה.
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

נאכדעם וועט מען נישט פארשטיין ווען דער פרישער אינגערמאן רעדט זיך אפ אז מ'קען נישט רעדן צו סירי...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

מומחה עצום האט געשריבן:א רחמנות אויף זיי ווען זיי וואקסן אויף.

נאך אלץ בעסער ווי לעמאן דזשוס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מאנ-יימער האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:א רחמנות אויף זיי ווען זיי וואקסן אויף.

נאך אלץ בעסער ווי לעמאן דזשוס.

נו, גילו
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דער פערד פארשטייט נישט אז מען לעשט אויס דעם פאון ביי א אינטערוויאו?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ער זאגטעך אנפאנג אז ער רעדט פון א כינעזער..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עריז עהרליך (וואס) גערעכט, און דער סטודענט איז אויך ווערט זיין געלט
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די עפל סטאק הינקעט אינטער און איז היינט געפאלען מיט גאנצע 6.43 % צו א שליסונג פון $538.81.

דאס הייסט די סטאק איז נאך אלס מיט 36% העכער פארן יאר, אבער איז שוין געפאלען זייט די "הויך" פון $705.07 אין סעפטעמבער פון פאריאר מיט איבער 20%.

קיינער קען נישט אנווייזען קיין געהעריגע סיבה פארוואס זי פאלט. יעדער איז מודה אז זי האט א שטארקע "ליינאפ" פון פרודוקטען, פארן קומענדיגען סעזאן, און לויט דעם שפעקעלירט מען אויף סטאקס.

און שלעכטע נייעס איז אויך נישטא געהעריג, נאר האלבע שפוקעלאציעס איבער די פארשידענע קאמפעטישענס, אבער עס איז דערווייל נישטא גארנישט ערענס קיין נעגעטיווע באריכטען. וויגען דעם האלטען געוויסע אז עס גייט מאכן א שארפע טורן אראונד, און צורוק ארויף גיין גאר אינגיכן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:......
עפל שאצט, אז די נייע אייפעד מיני, גייט זיין "די אייפעד פון די צוקומפט", און עס וועט איבערנעמען די גרויסע אייפעדס, צו ווערן די צווייטע בעסטע פארקויפע פראדוקט, נאך די אייפאון.
......

היינט איז ארויסגעקומען אז דערווייל טוט די מיני טאקע אויפעסען געוויסע באניצער פונעם רעגיולער אייפעד, אבער נאר א חלק, און למעשה באשאפט עס מער נייע מיני באניצער, ווי עס נעמט אוועק פונעם אלטן אייפעד. דאס הייסט אז למעשה האט עפל פארדינט.

אין א פרישע ריפארט פארציילט מען אז 47% פון די אייפאד מיני קויפער זענען ניי צו די עפל טעבלעטס. זיי זאגן אז א "קאניבאליזעם" פון בערך 50 פראצענט איז צופרידענשטעלענד.

נאך פארציילען זיי, אז די רעגיולער אייפעד 4, איז נאך אלס שטערקער ביי נייע באניצער צו עפל'ס פלאטפארמע, 56% זענען נייע באניצער, קעגן די אויבן דערמאנטע 47% פארן מיני.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עפל האט פארקויפט 42.8 מיליאן אייפעדס אין די ערשטע דריי קווארטלן פון יאר 12' און עס איז געשאצט אויף נאך 26 מיליאן אויף די פערטען קווארטעל וואס נעמט אריין חגא, פאר א סך הכל פון 68.8 מיליאן שטיקלעך.

אבער דאס איז נישט די עיקר נייעס, די עיקר נייעס איז, אז עס איז געשאצט אז לויטן וואוקס וועט עפל פארקויפן אין יאר 13' אזויפיל ווי 100 מיליאן אייפעדס!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

WOW איז נישט דאס ווארט, וואס מען קען טון מיט א באנקראטירטע קאמפאני

טענקס פאר די נייעס
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עפל האט געהאט ארויסגעגעבן א אפדעיט "6.0.2" פאר די איי. או. עס. אפערעטינג סיסטעם, דאס האט געדארפט פארבעסערן א פראבלעם מיט וויי פיי, וואס געוויסע באנוצער האבן געהאט.

למעשה שרייען אסאך באנוצער יעצט, אז די אפדעט האט גורם געווען אז די בעטערי ווערט זייער שנעל געדרענט, וויירשיינליך, ווייל עס זיכט שטערקער ארום פאר גוטע קאנעקשאנס.

------

נאך א עקספערט איז ארויס געקומען מיט די מיינונג, אז עפל גייט מיסען "עקספעקטעשאנס" סיי אין די יעציגע 4טע קווארטל פון 12', און די ערשטע קווארטל פון13'.

ער טענה'ט אז זיי האבן געשניטן די ארדערס פונעם אייפאון פאר די ערשטע קווארטל פון 13, צו צווישען 35 מיליאן און 40 מיליאן, אראפ פון צווישען 40 מיליאן אן 45 מיליאן.

אויך וויסט ער צו זאגן אז די מיני, האט יא ערענסט אריינגעשניטן אינען רעגיולער אייפעד, און עפל האט געשניטן די ארדערס פארן אייפעד אויך.

------

א מארקעטינג פירמע טשיקיטיקא, טענה'ט אז די לעצטע הויב אין איי. או. עס. באנוץ איז נישט געווען צוליב די לאנטש פון גוגל מעפס פאר איי. או. עס., נאר צוליב שטארקע פארקויף אין כינע, פון די אייפאון 5.

------

עפל סירי (מער איבער "סירי דא) האט געשניטען די פראצענט מאל וואס זי ניצט גוגל פאר אינפארמאציע, פון 60 פראצענט אין איי. או. עס. 5, צו 30 פראצענט אין איי. או. עס. 6 !!! דאס איז בעיקר צוליב דעם אז זייער אסאך פראגען צו סירי האט צוטאן מיט מאפעס, ווי דירעקציעס, לאקאציעס, אא"וו, און אין 6 ניצן זיי זייער אייגענע מאפעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלט »

לויט א באריכט וועט עפל'ס פלאן צו אינוועסטירן הונדערט מיליאן דאלער כדי צו מאניופעקטשערן זייער מעקינטאש אין אמעריקא, ווארנשיינליך צוברענגן פרישע 200 דזאבס.
_____

טי-מאביל האט אין א באריכט געשריבן: טי-מאביל יו עס עי איז אריין אין א ארענדזמענט מיט עפל צו ברענגען פראדוקטן צי די מארקעט אינאיינעם אין 2013.

אין די זעלבע צייט ארבעט נאך טי-מאביל אויף די אפקויף פון מעטרא פי סי עס. געוויסע אבזערווירער האלטן אבער אז ספרינט וועט זיי אויסכאפן מיט א בעסערע אנבאט.
______

א פרישע רומאר פאר א נייע אייפעד, פול סייזד (נישט מיני), דינער און לייכטער מיט א ענליכע דעזיין ווי די יעצטיגע אייפעד מיני, צו ערשיינען קומענדיגע מארטש.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

ווי האסטו געזעהן אז עס איז נאך דא א מעגליכקייט אז ספרינט וועט אויסכאפען מעטרא פון טי מאביל??
וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלט »

משה יענקל האט געשריבן:ווי האסטו געזעהן אז עס איז נאך דא א מעגליכקייט אז ספרינט וועט אויסכאפען מעטרא פון טי מאביל??

באלאנג טאקע נישט אין דעם אשכול, אבער אז איר פרעגט אט איז די לינק צו אינוועסטערס.קאם.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לויט באריכטען גרייט זיך עפל צו ארויס געבען א נייע אייפעד מיט 128 גיג סטארידזש, די מערסטע ביז היינט איז 64 גיג. און אזוי ווי מען ביי די אייפעד נישט לייגען קיין קארטל פאר נאך סטארידזש, איז עס א גרויסע אויפטו.

עס וועט זיין סיי א ווייפיי ווערסיע פאר $799 און די וועלכע וועט קענען האבן א אייגענע קענעקשאן פאר $929.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לויט באריכטען גרייט זיך עפל צו ארויס געבען א נייע אייפעד מיט 128 גיג סטארידזש, די מערסטע ביז היינט איז 64 גיג. און אזוי ווי מען ביי די אייפעד נישט לייגען קיין קארטל פאר נאך סטארידזש, איז עס א גרויסע אויפטו.

עס וועט זיין סיי א ווייפיי ווערסיע פאר $799 און די וועלכע וועט קענען האבן א אייגענע קענעקשאן פאר $929.

די נייע אייפעד איז שוין ארויס! עס איז געווען א זייער שנעלע ארויסגאנג, פון ווען עס איז געמאלדען געווארן ביזן ארויס קומען, און די ווייסערס שרייבן אז זיי האבן געוואלט אויסכאפן מייקרעסאפט, וואס קומט ארויס מיטן "ערענסטען" סערפעס, אין דריי טעג, און ביידע - די ערענסטער סערפעס און די גרויסע אייפעד - איז געאייגענט פאר מענטען וואס ווילן ניצן א טעבלעט פאר ערענסטע ענינים אנשטאט א לעפ טאפ, סא איז עס געצילט פאר א ענדליכע קונסומער באזע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עפל האט גענדיגט דעם פארגאנגענעם יאר למספרם מיט א נישט קשה'דיגן קאסע פון (נעמט א בענקל) 137,000,000,000 $ (דאס איז 137 ביליאן טאלער)!!!

האט א שרייבער זיך געזעצט העלפן עפל'ן מיט עצות וואס זיי קענען טאן מיט דעם פעקל זייערער. אט האט איר:

1) געבן יעדעם אמעריקאנער א טשעקל פון $437!

2) קויפן 213 מיליאן אייפאונס, און אויסטיילן פאר רוב אמעריקאנער מענטשען!

3) אפקויפן "פעיסבוק" "גרופאן" "לינקדאין" "נעטפליקס" "פענדארא" "בלעקבערי" "יאהו" "יעלפ" "זילא" און "זינגע", און נאך בלייבן מיט א 2 ביליאן אין די קעשענע!

4) מאכן א טארעם פון סינגל'ס הויך 9,300 מייל! 38 מאל אזוי הויך פון ווי עס געפינט זיך די "אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע" !

5) אפקויפן 100,000 טייערע דירות אין מאנהעטען!

6) באצאלען די ביל ווייפיל אמערקע געט אויס פאר עדיוקעשאן פאר צוויי יאר!

7) געבן א באונעס פון 1.7 מיליאן פאר יעדע ארבייטער אין עפל!

8) פארדאפלען די הילף וואס אמעריקע שיקט פאר די "דיוועלעפינג" לענדער פאר 3.5 יאר!

9) געבן פאר יעדע שעיר אין די סטאק פון די קאמפאני א איינמאליגער דיווידענט פון $145!

וואסט זיצטו דארט מיטן אפענעם מויל?? ווייסטו נישט פון קיין "לא תחמוד"??
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”