עפל נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג יוני 02, 2014 5:34 pm

עס זעהט אויס ווי זאכן האבן זיך געטוישט ביי עפל, ס'האט נישט מיט פאלן - זיי שטייען זייער גוט

עס איז ענדערש די מהלך פון Tim Cook וואס טוישט די קאמפעני

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג יוני 02, 2014 6:00 pm

א גרויסן שקויך פאר די קאנצענטרירטע אפדעיט.

מיינע קאמענטארן במוסכל ראשון…

די עסק-פערמישן אפשן מיינט אז די עלטערן וועלן זאגן צום קינד "נאדיר דיין אייגענע אייפעד מיני, און לאמיך אפ!"
אויסגעצייכנט און אריגינאל.

קלאוד סטארעדזש האבן זיי שוין אויך געהאט פאר א לאנגע צייט, זיי שטעלן נאר צי נאך אפשנס. ווייל דער עולם איז שוין צוגעוואוינט דערצו צוליב די קאמפעטישן.

וואסי די גרויסע געדילע א'מדאף נישט עפענען די עפ צו ענטפערן? ווי שווער איז דען פאר די אייפאון צו האלטן אפן מעסעדזשעס?

קוויק-טייפ מיינט אז דו ביסט לכתחילה מסכים ער זאל האלטן חשבון מיט וועם דו האסט א פיר, עסטע שויניש קענען נאכדעם שרייען אינוועיזשן אוו פרייוועסי.
א זאך וואס דער עולם גייט סייווי עווענטועל טאנצן… (בד"וו, פונקט געהערט. אלע גרויסע שטופן שטארק קלאוד קאמפיוטינג און קלאוד סטארעדזש. ווייל אויב איז די אינפארמאציע אויף א טירד-פארטי סערווער, נישט אויף דיין אייגענע מאשין (אזויווי אלע גוגל אימעילס, אלע פעיסבוק פאסטס, אלע אפלאודס צו דראפבאקס, אלע פיינענשל אינפאו אויב נוצט מען די נעט-קוויקבוקס, אלע באנק רעקארד, וכו' וכו') דארף די עף בי איי (און ענעסעי אידעך אפגערעדט) בכלל נישט קיין שום ווארענט אדער תירוץ פארוואס זיי ווילן "אלע" דיינע אינפארמאציע. בלויז מיט דעם וואס דו נוצט קלאוד קאמפיוטינג מעגן זיין אלעס נעמען).

עיר-דראפ איז זייער א געשמאקע אויסברייטערונג. קיינעם נישט נאכגעמאכט.

גרופ-שעיר און וואיז נאוטס איז נאכגעמאכט. סקייפ האט עס שוין זייייער לאנג. (און די כינעזישע קיו קיו האט עס שוין נאך לענגער).

די העלט עפ מאכט זיכער דו זאלסט זיך נאכמער ארום דרייען דערמיט. אניש קענסטעך נישט וויסן וויפיל דו האסט זיך גערירט…

הענד-אף איז שוין דא אין די עד טו ריעדינג ליסט, לכאורה פארבעסערט.

ספאטלייט, פיקטשור עפ, באנדל עפ פריוויו - אלעס שוין געווען נאר פארבעסערט. ביזנעס עס יוזשעל ביי עפל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג יוני 02, 2014 6:26 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:א זאך וואס דער עולם גייט סייווי עווענטועל טאנצן… (בד"וו, פונקט געהערט. אלע גרויסע שטופן שטארק קלאוד קאמפיוטינג און קלאוד סטארעדזש. ווייל אויב איז די אינפארמאציע אויף א טירד-פארטי סערווער, נישט אויף דיין אייגענע מאשין (אזויווי אלע גוגל אימעילס, אלע פעיסבוק פאסטס, אלע אפלאודס צו דראפבאקס, אלע פיינענשל אינפאו אויב נוצט מען די נעט-קוויקבוקס, אלע באנק רעקארד, וכו' וכו') דארף די עף בי איי (און ענעסעי אידעך אפגערעדט) בכלל נישט קיין שום ווארענט אדער תירוץ פארוואס זיי ווילן "אלע" דיינע אינפארמאציע. בלויז מיט דעם וואס דו נוצט קלאוד קאמפיוטינג מעגן זיי אלעס נעמען).

זיי מעגן??? מיינסט אפשר אז זיי קענען גרינגער צוקומען! אבער זיי מוזן האבן א ריכטער'ס ווארענט דערצו.
דא איז נישט דער ריכטיגער אשכול דערפאר, אבער כ'האב געפילט פאר נויטיג צו אויסבעסערן (נישט צו לייקענען אז מיר זענען אויף געהאקטע צרות עניוועי מיט די רעגירונג)
הפך בה והפך בה דכולה בה!

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג יוני 02, 2014 7:04 pm

מומחה עצום האט געשריבן:עס זעהט אויס ווי זאכן האבן זיך געטוישט ביי עפל, ס'האט נישט מיט פאלן - זיי שטייען זייער גוט

עס איז ענדערש די מהלך פון Tim Cook וואס טוישט די קאמפעני

זיי זענען אויפען וועג אראפ און אפילו טאמער זייער אפגאט jobs וואלט געלעבט וואלט עס אויך געווען אזוי לכאורה

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11921
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג יוני 02, 2014 7:36 pm

יא מומחה פון דעם האט דער עולם גערעדט. ריזן דאנק

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 02, 2014 7:44 pm

מומחה עצום האט געשריבן:אין עטליכע ווערטער: עפל נעמט וואס ס'געפעלט זיי פון אנדערע פלעטפארמס און עפפס, און שטעלט דאס אריין אין iOS

א ריזיגן יישר כח! זייער הנאה געהאט, קורץ שארף און דורכדרינגליך.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג יוני 02, 2014 8:18 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:
זאל ער קומען האט געשריבן:א זאך וואס דער עולם גייט סייווי עווענטועל טאנצן… (בד"וו, פונקט געהערט. אלע גרויסע שטופן שטארק קלאוד קאמפיוטינג און קלאוד סטארעדזש. ווייל אויב איז די אינפארמאציע אויף א טירד-פארטי סערווער, נישט אויף דיין אייגענע מאשין (אזויווי אלע גוגל אימעילס, אלע פעיסבוק פאסטס, אלע אפלאודס צו דראפבאקס, אלע פיינענשל אינפאו אויב נוצט מען די נעט-קוויקבוקס, אלע באנק רעקארד, וכו' וכו') דארף די עף בי איי (און ענעסעי אידעך אפגערעדט) בכלל נישט קיין שום ווארענט אדער תירוץ פארוואס זיי ווילן "אלע" דיינע אינפארמאציע. בלויז מיט דעם וואס דו נוצט קלאוד קאמפיוטינג מעגן זיי אלעס נעמען).

זיי מעגן??? מיינסט אפשר אז זיי קענען גרינגער צוקומען! אבער זיי מוזן האבן א ריכטער'ס ווארענט דערצו.
דא איז נישט דער ריכטיגער אשכול דערפאר, אבער כ'האב געפילט פאר נויטיג צו אויסבעסערן (נישט צו לייקענען אז מיר זענען אויף געהאקטע צרות עניוועי מיט די רעגירונג)


דאס איז שוין געשריבן געווארן א יאר צוריק.
"It’s shocking, but true," Graves, R-Ranger, said in the emailed update. "The government does not need a warrant to read your old emails. How can this be? Simply put, our privacy laws are outdated."
http://www.politifact.com/georgia/state ... inbox-now/
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג יוני 02, 2014 8:57 pm

זייער געשמאקע אפדעיטס... אבער מי ישום ביעטס באזניך סטיב ז'ובס... תפוחינו סר מן הדרך...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

null
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2014 4:33 pm
לאקאציע: dev/null/

תגובהדורך null » מאנטאג יוני 02, 2014 9:17 pm

מיינע פאר סענט-
Handsoff לכאורה אזויווי Pocket (ReadMeLater)
Quick type לעצטענס )ווען?) האב איך געזען ערגעץ אז Google ארבעט דערויף )וועגן דעם ווילן זיי אינטערגרעטען sms מיט hangouts)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 02, 2014 10:22 pm

שטארק זיך האט געשריבן:זייער געשמאקע אפדעיטס... אבער מי ישום ביעטס באזניך סטיב ז'ובס... תפוחינו סר מן הדרך...

:lol:
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 02, 2014 11:25 pm

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 האט לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס, אבער עפל איז מעכטיג!!

יעדע נייעס בלעטעל האט זייער טעלעפאול אויף די מעין העדליינ'ס! די וועלט ברענט, און עס איז הימל און ערד און אייפאון! אפגערעדט פון א טעכנעלאגיע נייעס קוועלער.

#אנבעליוועבעל

און נאכאמאל!!

יעדע טעכנעלאגיע וועבזייטל, יעדע טעכנעלאגיע בלאג וכו' וכו' איז איבערגעדרייט מיט עפל היינט, צענדליגע העדליינס, אין אזא מאס וואס אנדערע קאמפאניס באקומען נישט אין א יאר!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג יוני 02, 2014 11:39 pm

האסט אויסגעלאזט די שמאלץ, עפל האט unveiled א פיטשער וואס הייסט Continuty דאס הייסט אז דו קענסט אנהייבן צו שרייבן עפעס אין א אייפעד און פארזעצן ווייטער אין די אייפאן אדער פארקערט. די קיבארוד האט אויסער suggestions באקומען א געוואלדיגע פיטשער וואס הייסט context aware דאס הייסט אז ער וועט פארשטיין די מעסידזש וואס דו האסט נארוואס באקומען פון דיין חבר און לויט דעם רעקאמאנדירן דיין מעסידזש, זייער אינטערסאנט און נוצבאר. Touch ID וועט אינטערגרעטן דריטע פארטיס אפליקאציעס, ענדליך. און אזוי אויך ערלויבט דיר iOS 8 צו אינטערגרעטן דריטע פארטי קיבאורדס, פיין דערלעבט.
צוגעלייגטע
image.jpg
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » דינסטאג יוני 03, 2014 12:04 am

איך וויל פשוט קלאר מאכן די רעקארד איבער די עפל קאמפעני וואס איז נארוואס אויפן וועג אראפ. די קאמפעני וואס איז אויפן וועג אראפ האט פארקויפט 100 מיליאן אייפאדס, 200 מיליאן אייפעדס, און א האלבע ביליאן אייפאנס. און די קאמפעני וואס איז אויפן וועג אראפ האט צו באקומען ״די לעצטע יאר״ איבער 150 מיליאן נייע קאסטעמערס, די קאמפעני וואס איז אויפן וועג אראפ פארמאגט א שטאב פון 9 מיליאן דיוועלעפערס. בקיצור זיי זענען טיף אין אדמה. זעסטו סטיוו דזשאבס איז נישטא מער אין די קאמפעני איז אין דער ערד.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » דינסטאג יוני 03, 2014 12:05 am

ענדרויט דאמינירט די מאלווער מארקעט, איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן פון עס פאסטן. :lol:
צוגעלייגטע
image.jpg
לעצט פאראכטן דורך קעניגזאן אום דינסטאג יוני 03, 2014 9:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » דינסטאג יוני 03, 2014 12:06 am

והאחרון דאס איז די טשארט פון די סאפטווער קאסטעמער אדאפציע פון די צוויי רייוולס.
צוגעלייגטע
image.jpg
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 12:24 pm

תגובהדורך וועלט » זונטאג יוני 08, 2014 12:38 am

קעניגזאן האט געשריבן:והאחרון דאס איז די טשארט פון די סאפטווער קאסטעמער אדאפציע פון די צוויי רייוולס.

פאלט אייך נישט איין אז פאר יעדע עפעל דעווייס איז פארהאן 9 ענדראוד דעווייסעס אויפן מארקעט?

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » זונטאג יוני 08, 2014 12:54 am

וועלט האט געשריבן:
קעניגזאן האט געשריבן:והאחרון דאס איז די טשארט פון די סאפטווער קאסטעמער אדאפציע פון די צוויי רייוולס.

פאלט אייך נישט איין אז פאר יעדע עפעל דעווייס איז פארהאן 9 ענדראוד דעווייסעס אויפן מארקעט?

און וויפיל לעפלעך פאר יעדע ענדרויד?..

וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 12:24 pm

תגובהדורך וועלט » זונטאג יוני 08, 2014 1:03 am

וואס מיינט איר צו פרעגן/זאגן?

וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 12:24 pm

תגובהדורך וועלט » זונטאג יוני 08, 2014 1:03 am

עס קומט נישט דא אריין קיין לעפלעך אדער גאפלעך...
דאס וואס מיסטער קוק זאגט אז ביי עפעל איז די פראצענט פון אפדעיטעד דעווייסעס גרעסער, איז אהן נעמען אין באטראכט אז ענדראוד האט פיל מער דעווייסעס אויפן מארקעט, און פאר יעדן איי דעווייס וואס לויפט אויפן לעצטן אפערעיטינג סיסטעם איז דא צוויי אפדעיטעד ענדראוד דעווייסעס.
לעצט פאראכטן דורך וועלט אום זונטאג יוני 08, 2014 1:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » זונטאג יוני 08, 2014 1:21 am

הארציגן ייש״כ פאר מומחה און קעניגזאהן פארן זוי שיין רעפארטן, (כמעט אלעס... )
דא האט איר וועגן HomeKit.
Apple's reported home automation platform has been unveiled. Called HomeKit, the platform acts as "a common network protocol" for 3rd-party hardware/chips that can be managed by iDevices - initial supporters include Broadcom, Cree, TI, Philips, Honeywell, and Haier.
HomeKit also integrates with Siri - saying "Get ready for bed" can result in a connected house automatically locking its doors and dimming its lights.
(מיין ווייב פרעגט ווען מ׳קען שוין זאגן ׳סירי מאך סאפער פליז׳...)

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » זונטאג יוני 08, 2014 1:29 am

וועלט האט געשריבן:עס קומט נישט דא אריין קיין לעפלעך אדער גאפלעך...
דאס וואס מיסטער קוק זאגט אז ביי עפעל איז די פראצענט פון אפדעיטעד דעווייסעס גרעסער, איז אהן נעמען אין באטראכט אז ענדראוד האט פיל מער דעווייסעס אויפן מארקעט, און פאר יעדן איי דעווייס וואס לויפט אויפן לעצטן אפערעיטינג סיסטעם איז דא צוויי אפדעיטעד ענדראוד דעווייסעס.

די פאונט איז איין זאך, מר קוק ברענגט ארויס, אז זיי האבן א מארקעט וואס זוכט א גוטן דיווייס מיט די נייעסטע סאפטוועיר. (און אף קורס, רעדי צו צאלן אסאך מער..)
פון ווי קומט די נאמבער פון אפדעיטעד ענדראודס?

וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 12:24 pm

תגובהדורך וועלט » זונטאג יוני 08, 2014 1:32 am

ווייל 9 פראצענט ענדראודס זענען מער ווי 89 פראצענט איי דעווייסעס.

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » זונטאג יוני 08, 2014 1:42 am

וועלט האט געשריבן:ווייל 9 פראצענט ענדראודס זענען מער ווי 89 פראצענט איי דעווייסעס.

אה.. גערעכט

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » זונטאג יוני 08, 2014 9:03 am

וועלט האט געשריבן:ווייל 9 פראצענט ענדראודס זענען מער ווי 89 פראצענט איי דעווייסעס.

שטומט, און דאס איז די סיבה פארוואס די סאפטווער אדאפציע ראטע האלט ביי 9%, איך פארשטיי.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג יוני 08, 2014 9:12 am

ארטסקרול האט געשריבן:
וועלט האט געשריבן:ווייל 9 פראצענט ענדראודס זענען מער ווי 89 פראצענט איי דעווייסעס.

שטומט, און דאס איז די סיבה פארוואס די סאפטווער אדאפציע ראטע האלט ביי 9%, איך פארשטיי.

נישט דאס איז דער סיבה, דער סיבה איז ווייל ענדרויד איז נישט איין סאפטווער, נאר זייער זייער אסאך סאפטווער פעקלעך וואס זענען אלע געבויעט אויף גוגל'ס אופען סארס ענדרויד פראיעקט, במילא ווען עס קומט ארויס א נייע ענדרויד דארף עס יעצט יעדע מאניופעקטשערער צופאסן און עפראווען - אויב עס גייט בכלל - פאר זייער דעווייס.

קוק דא א הסבר דערוועגן וואס HTC האט ארויסגעשטעלט {קרעדיט: מילין יקירין אמ"ג}:
בילד
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט