בלאט 1 פון 1

איז עס די ענדע פון די אינטערנעט ??

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2007 10:07 pm
דורך שוועמל
די אינטערנעט פראוויידערס פלאנירן אויס א פלאן וואס וועט צוימען די ספיד צוצוקומען צו א וועבסייט, דהיינו זיי וועלן ערלויבן בלויז פאר געקליבענע סייטס אזויווי סננ יאהו גוגל מייקרוסאפט ניט וכו' אז מען זאל קענען צוקומען צו יענע סייטס מיט שנעלע (דאונלאד) ספיד אבער אלע אנדערע סייטס וועלן נאר באקומען א באשטימטע ספיד ענליך צו דייעל-אפ, דאס הייסט אז מען וועט נישט קענען מער דאונלאדן יענע סייטס מיט די זעלבע שנעלע ספיד ווי אמאל.

איז דא א גרופע, א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע, וואס האט גענומען די מיה דאס צו פארמיידן דורך פארשידענע מעטאדן, לעגאלע און סאציאלע, זיי האבן געעפענט א סייט http://www.savetheinternet.com/ וואו מען קען סיינען א פעטיציע דערגעגן.

קוקט די קליפ זייערערס, וועט איר מער פארשטיין וואס גייט פאר.



אויב זענט איר דערביי און איר שוינט די צוקונפטיגע דורות.... .... דאן גייט שוין ארויס אפגעבן אייער שטימע.... ..

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2007 10:29 pm
דורך איך_הער
שוין ערלעדיגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 19, 2007 9:13 am
דורך סאכדעס
זענדיג דאס קען מען אוישרייען: ברוך שלא עשני גוי.

ער קלאגט נעבעך אויף די מאנסטערס. ער קען זיך נישט בארואיגן.

חוץ מזה, די סייט איז דאך נישט קיין סעקיורד סייט. גיט אכטונג אויף אייערע אינפארמאציע.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 19, 2007 3:33 pm
דורך א אידעלע
וויאזוי קען מען וויסן צו א סייט איז סעקיורד צו נישט?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 19, 2007 4:19 pm
דורך שמעק_טאביק
אין אינטערנעט עקספלארער קענסטו זעהן א פיקטשערל פון א שלאס אונטן אויף די רעכטע זייט. געווענליך וועלן די סייטס אויך זיך אנהייבן מיט א HTTPS אנשדטאט די געווענליכע HTTP, די S מיינט סעקיורד.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 19, 2007 4:25 pm
דורך סאכדעס
דא איז איינע פון די סימנים, סיז דא נאך סעקיורעטי סיסטעמען. דאס איז איינע פון זיי.

אויב איז די שלאס פארמאכט איז א סימן אז עס איז סעקיורד, כ'מיין אז אין IE זעהט מען נאר ווען סיז סעקיורד, און ווען נישט זעהט מען נישט אן אפענע שלאס.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2008 3:08 pm
דורך שוועמל
אייער ארבעט האט זיך אויסגעצאלט !!!

היינט איז געקומען נייעס פון די גרופע אין א מעלדונג אז די FCC האט געשטימט אין א מערהייט קעגן די פירמע 'קאמקעסט' וואס האט געזוכט צו באצוימען אינטערנעט באנוצער, וואס איז א שטארקער געווינס פאר 'נעט נייטראליטעט'.

די רולינג אין די ביורא פון די 'פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיאן' דינט ווי א פרעצעדענטלאזער מעסעזדש פאר נעטווארק און קעיבל קאמפאניס וואס האבן פלענער צו צוימן די אינטערנעט באנוץ פון די אלגעמיינע וועב-פלעצער, אז דאס וועט נישט דורכגיין אין געזעץ און זיי זאלן זיך האפנטליך באצייטנס אפלאזן דערפון.

ליינט אן אויספירליכער באריכט אויף זייער אפיציעלע וועב-פלאץ savetheinternet.com