בלאט 1 פון 1

מאביליטי אינטערנעט קאנעקשאן

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 16, 2007 12:56 pm
דורך לחיים ולברכה
אזוי ווי ס'מאכט זיך לעצטענס אז כ'בין נישט אין אפיס אזוי סאך, און כ'דארף כסדר צוקומען צו מיינע אימעיל'ס, ווי אויך וועט זיך מאכן אז כ'וועל אי"ה אוועקפארןאויף א טאג צוויי און כ'וועל מיטנעמען מיין לעפטאפ, וואלט איך געוואלט פרעגן פון ווער ס'ווייסט, וואספארא אפשענ'ס זענען דא אלץ צו זיך קאנעקטן צום אינטערנעט.
איך בין נאך אביסל גרין אין דער פעלד. איך האב יעצט א פשוט'ע סעלפאון פון ספרינט, א קליינע סקרין, און ס'איז פארשטייט זיך נישט געאייגענט פאר דעם נאר בשעת הדחק ממש. כ'וואלט געטוישט סעלפאון'ס אבער כ'ווייס נישט וואו אנצוהייבן.
און איבער די לעפטאפ איז דאס אן עקסטערע שאלה? אדער מ'קען נוצן די סעלפאון קאנעקשאן? וועלכע סארטן סעלפאון'ס קען מען נוצן דערפאר? אינפארמאציע איבער קאנעקשאן אין אנדערע סטעיטס, און אויסלאנד (יוראפ ביי מקומות הקדושים, ארץ ישראל וכו').

ווער ס'ווייסט עפעס זאל ביטע ארויסהעלפן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 16, 2007 1:15 pm
דורך איך_הער
איך ווייס נישט קיין סאך, אבער די ווייפיי (אדער פייווי, בלשון קרעמער.) קען ארויס העלפן אין א פלאץ ווי איינער האט א נישט געבלאקטן אינטערנעט סערוויס.

איך וועל עס איבער לאזן פאר די מבינים דא, איך האב נאר נישט געוואלט אז שטרם נענו זאל ליידן אויף נאך אן אשכול.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2007 9:16 am
דורך Thinker

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2007 9:29 am
דורך Thinker
פאר דיין אינפארמאציע, א טעלעפאן ווערט נישט געפרוירן, א קאמפיוטער יא, ממילא אויב די ווילסט א סעלפאן וואס ארבייט ווי א "טעלעפאן" דאן קויפט נישט א סעלפאן וואס איז אויך א "קאמפיוטער". איך האב שוין אויספרובירט פארשידענע קאמפיוטער סעלעפאנס און ביי אלע מאכט זיך אסאך אז איך באקום פשוט נישט קיין קאלס ווייל די "קאמפיוטער איז פשוט געווען ביזי" (מסתמא האט עס געשפילט א געים פאר לאנגווייליגקייט)
איך האב יעצט דאס: http://www.microsoft.com/windowsmobile/ ... r%3dSprint און עס ארבייט נישט ווי א טעלעפאן.
אויב די ווילסט דווקא יא האבן א "קאמפיוטער טעלעפאן" דאן פרוביר דאס: http://www.microsoft.com/windowsmobile/ ... 2bWireless

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 12:44 pm
דורך לחיים ולברכה
וואס זאגט דער עולם צו א פאלם פיילעט, אדער פאקעט פי.סי. ?
איז דאס גוט פאר אימעילס? וואו יא און וואו נישט? וכו' וכו'.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2007 11:15 am
דורך Thinker
איך האב נאר פאקעט פיסי'ס און איך בין צופרידן ווי אזוי עס ארבייט צו נעמען אי מעיל, אבער נאר פאר אימעיל און "נישט" פאר ש טעלעפאון