בלאט 1 פון 1
פרייע בראודבענד אינטערנעט צוטריט
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 3:06 pm
דורך מאשקע
א גרופע פירט אן א קאמפיין אז די רעגירונג זאל צושטעלן פרייע אינטערנעט צוטריט פאר אלע אמעריקאנער. נישט קיין שלעכטע פלאן.
(קרעמער; ס'קומט גוטע צייטן...)
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 3:17 pm
דורך יאנאש
שכוח מאשקע פאר די לינק.
איבער דעם ענין, זיי שרייבן דארט אז זייער ציל איז אז יעדער זאל האבן עקסעס, ווי אויך אז עלטערן זאלן זיך נישט דארפן זארגן איבער זייערע קינדער, ס'הייסט אז זיי גייען נאר צושטעלן כשר'ע אינטערנעט?
גראדע אין ק"י איז שוין לאנג געווען א פלאן אז דזעי נעט זאל האבן א טאוער וואס זאל קאווערן ס'גאנצע שטעטל.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 10:45 pm
דורך קרעמער
איך וועל זיין צופרידן ווען עס קאסט געלט, אבער מיין שכן זאל מיר נישט אויסלעשן דעם נעטווארק וד"ל.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 16, 2007 3:22 am
דורך metsboy
גראדע פילאדעלפיא גייט בקרוב האבען פרייע wifi פאר די גאנצע שטאט ,
פארוואס זאל נישט jnet צושטעלען פרייע אינטערנעט פאר ברוקלען באניצער'ס, אזוי וועט אפשר די קרעטשמע זיך אנפילען...
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 1:37 pm
דורך פארצייטישע
דארף מען מורא האבן פון ניצן א שכנ'ס wifi אן זיין רשות, ווען ס'האט נישט קיין קאוד אויף דעם
איך מיין צופרעגן אויב יענער קען זעהן וואס איך טוה, למשל אויב איך גיי אריין צו מיינע אקאונט'ס, וועט ער קענען זעהן און ח"ו טוהן עפעס שלא כרצוני,
(אדער אויב ער קען בכלל זעהן אויב איינער ניצט זיין נעטווארק)
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 4:45 pm
דורך פאטאקי08
נישטא דאס פלאץ אבער ענטפערען קען איך
יא ווען די הוקסט דיך אן מיט דיין שכנס ווייפיי און יענער קען זיך אביסל אויס
קען ער טוהן אסאך זאכען...
ער האט דיין גאנצע קאמפיוטער ביי זיך אין נעטווארק
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 5:27 pm
דורך פארצייטישע
וואו איז יא דאס פלאץ צו שרייבן דערוועגן,
קען איך טוהן עפעס אז ער זאל נישט האבן מיין קאמפיוטער ביי זיך,
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 6:45 pm
דורך שוועמל
דארפסט סעטן דיינע מעין דירעקטאריס צו זיין "נישט פובליק" אדער "פרייוועט"
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 8:23 pm
דורך פארצייטישע
א גרויסע יישר כח שוועמל, איך האב פארברענגט א שטיק צייט צו ליינען די אינסטרוקציעס ביי די נעטווארקינג פון מיין קאמפיוטער, און דארט קומט אויס פונקט פארקערט
אז אויב איך וועל עס סעטן צו פריוועט וועלן מענטשן "יא" קענען מיך זעהן, נאר דו בעסטע איז אז ס'זאל זיין "פאבליק"
אפשר רעדן מיר פון צווויי אנדערע זאכן, איך זעה אז דו שרייבסט "מעין דירעקטארי" און איך בין געגאנגען צו network and sharing center
אפשר קענסטו מיך מסביר זיין וואס הייסט "מעין דירעקטארי"
אגב, וואס דו האסט געשריבן וועט אויך העלפן צו וואס חבר פאטאקי האט געשריבן אז אויב איינער קען זיך אויס אין די ענינים קען ער זיך אריינדרינגען אין מיין קאמפיוטער, אדער איז דאס סותר וואס ער האט געשריבן
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 1:15 am
דורך ליהודים
ממושט אויס צוויי זאכן [כרגיל]:
אויף איין פלאץ פרעגט דיך דער קאמפיוטער וואו דער חמור שטייט איין, ד.ה. צו דיין קאמפיוטער איז אויף א פאבליק פלאץ אדער דיינס א פריוואטער נעטווארק וואס דאן פילט ער זיך זיכערער און לאזט מערערע פיילס אפן פארן "פאבליק" ווייל ביסטיך אינדערהיים.
אויף א צווייט פלאץ פרעגט דער גולם צו ווילסט דיינע פיילס "פאבליק" [ח"ו] אדער פריוואט.
יעצט זיי נאכאמאל גוט מדייק.
אינטערנעט בחינם דורך גוגל google
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 1:17 am
דורך ליהודים
אגב אז מ'רעדט פון פרייע אינטערנעט, דא האט איר א לינק דערצו.
ב"ה דער טאטע גוגל האט דאס צוגעשטעלט:
http://www.google.com/tisp/עס איז שוין יעצט דא צו באקומען!!!!!
אגב: עס איז נאך אויף פראבע BETA אבער מ'קען שוין באשטעלן.....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 6:46 am
דורך פאטאקי08
שוין געווען באריכטעט אפאר יאר צוריק פון גוגל אפריל דער ערשטער וואס איז דאס יעצט?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 10:47 am
דורך מאשקע
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 5:31 pm
דורך DONE
איינער האט געליינט די
Frequently Asked Questions?

How can Google offer this service for free?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 10:08 am
דורך שוועמל
סטארבאקס קאפי האט געמאלדן אז עפעקטיוו יולי דעם ערשטען 2010 וועלן אלע זייערע געשעפטן צושטעלן ווייפיי גענצליך פריי!
ביז היצט האט מען געקענט דאס נוצן פאר צוויי שעה בחינם אדער דורך זיין א מעמבער פון AT&T אדער א מעמבער פון סטארבאקס, ביידע האבן געקאסט געלט מאנאטליך.
די יעצטיגע פלאן וועט צושטעלן די סערוויסעס גענצליך בחינם, ווי לאנג איר ווילט און וויפיל איר ווילט.
ONLT AT STARBUCKS !!
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 10:53 am
דורך ווינקל
קען מען אויך פארקן די קאר אינדערויסן, און ניטאמאל דארפן אריינגיין צו זיי אין געשעפט, לכאורה...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 11:34 am
דורך פונקטליך
יעצט צום ערשטן מאל אריינגעפאלן אין דעם אשכול און כזעה אז קיינער האט נאך נישט געשריבן וועגן 'דייל אפ',
מען קען האבן אנלימיטעד דייל אפ פאר אימזיסט מיט א לאקאל נומער (פאר וועם סקאסט לאנג דיסטענס), (פארשטייט זיך אז סאיז אסאך שטייטער ווי DSL און אודאי קעיבל)
מסיינט זיך אויף מיט א יוזער נעים און פעסווארד
דא נאכדעם ניצט מען איינע פון זייערע עקסעס נומערן מיט די יוזער און פעס.
נ.ב. די תגובה איז געשריבן געווארן דורך די דייל אפ
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 11:40 am
דורך למעלה משבעים
מען דארף נישט אויף סיינען... לייג אריין עני יוזער נאמען און עני פעסווארד, און עס פארט (איך האב געלייגט מיין קאמפיוטער נאמען און קאמפיוטער פעסווארד). אגב דאכט זיך אז דאס איז שנעלער ווי ישיבה נעט דייל-אפ.
דאס איז די דייל-אפ נומערן.
212-359-2000
347-562-0000
516-630-2000
631-236-0000
646-496-0000
845-727-9001
914-595-8001
און
דא זעט אינסטראקציעס צו אויפסעטן די אקוינט אין קאמפיוטער.
לכאורה קומט דאס און א נייע אשכול.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 12:25 pm
דורך פונקטליך
למעלה ביזט גערעכט און מען דארף נישט אויפסיינען,
כהאב אפאר אנדערע קאמפעניס וואס מען קען אויך לייגן עני יוזער נעים/פעסס אבער כהאב געמיינט אז ביי די קאמפעני דארף מען יא אבער למעשה ביזטו גערעכט און מען דארף נישט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 12:27 pm
דורך באנקיר
פונקטליך האט געשריבן:כזעה אז קיינער האט נאך נישט געשריבן וועגן 'דייל אפ'
"די פאקט" און "זיידי" האבן געשריבן
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 1:01 pm
דורך פונקטליך
ישר כח באנקיר פארן עס צוברענגן,
כהאב גערעדט פון דעם אשכול, יענער אשכול האב איך נישט געזעהן
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 1:15 pm
דורך פינטעל
אפשר קען איינער געבן מער אינפא איבער דדייל אפ, קען איך האבן אינטערנעט אויף די מאונטענס מיט דעם?
וויאזוי עקטיוועיט איך עס?
מיין קאמפיוטער בעט מיר א געוויסע פין פאר דייל אפ, וואס איז דאס?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 1:28 pm
דורך פונקטליך
וועלעכע פלאץ די האסט א טעלעפאון ליין קענסטו האבן דייל אפ,
די קאפיוטער בעט א דייל אפ פאון נומער און א יוזער נעים און פעסווארד, לייג אריין איינע פון די פריערדיגע פאון נומערן און סיי וועלעכע יוזער נעים און פעסווארד און דעטס איט,
אויב האסטו נישט קיין פרי לאנג דיסטענטס אויף דיין טעלעפאון פלען ניץ נאר א לאקאל נומער,
פארגעס נישט: דייל אפ איז זייער שטייט און קען בלויז געניצט ווערן פאר וועב פעידשעס מיט ווייניג אימעדשעס און גרעפיקס און נאר ווען מען האט צייט..
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 2:04 pm
דורך למעלה משבעים
אין א פריערדיגע תגובה האב איך צוגעצייכנט וואס מען דארף צו טון, דארט איז דאכט זיך פאר עקספי
אין ווינדויס 7 (לכאורה אין וויסטע אויך) גייט מען דא:
Control Panel\All Control Panel Items\Network and Sharing Center
Set up a new connection or network
Set up a dial-up connection
לייגט אריין איינע פון די נומערן וואס איז אויבן דערמאנט געווארן.
לייגט אריין עני יוזער נעים לדוגמא: abc
לייג אריין עני פעסווארד לדוגמא: dfg123
דריק קאנעקט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 2:11 pm
דורך יהיה כן
די רבנים האבן שוין לאנג גע'אסר'ט דייל אפ ס'יז גורם אסאך ביטול תורה
(אפשר ווען כ'וואלט וועןנישט גענוצט דיילאפ העטיך געווען א גרעסערע ת"ח......]