fiena nieas האט געשריבן:זיבען און אייכציג האט געשריבן:איך געדענק צו הערן -א שטיק צייט צוריק, נישט לעצטענס- גוטע ריוויוס אויף netnanny.
יעצט, לאמיר אייך עפעס זאגען. אויב מוטשעט איר זיך און איר קענט נישט אויפהערן צו וויזיטען אומאויסגעהאלטענע וועבזייטלעך וועט אייך קיין שום פילטער נישט העלפען "אפילו משומר/גדר" וכדו'. איר וועט שוין טרעפן וואו אזוי צו ווייטער אנגיין. אויב איז דאס די קעיס דארפט איר מער הילף און כ'וואלט רעקאמענדירט איר זאלט כאפען א בליק אויף GYE. און אויב נישט קען אייך לכאורה א פריי פילטער אויך זיין בייהילפיג.
פארוואס טראכט איר אזוי?
וויבאלד די זאכען האבען א מורא'דיגע כח און וויבאלד די מענטש לעכצט זייער שטארק אויף דעם, וועט די מענטש טרעפן א וועג צו באקומען... (נאך א פאון, אדער דורך אנדערע וועגן.) איך מיין איר ווילט נישט איך זאל אייך דא אויסרעכענען ברחל בתך הקטנה וואס מענטשען וואס האבען "משומר/גדר" פילטער טוען אויף צו...
מיינט איינער באמת אז עס מוטשען זיך ווייניגער אינגעלייט היינט וויבאלד ס'דא פילטער'ס? אדרבא, גייט פרעגט ביי אייער דיין, אדער עני פראפעשינאל.