בלאט 1 פון 1
"אידלע" אין גוגל טאלק
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 11:51 am
דורך גרויזאמער
כידוע פארמאגט גוגל טאלק פיר ערליי סימנים וואס צייגן די סטאטוס פון דעם אויפן אנדערן זייט שרייבל (ליין: טרייבל).

: הנני, איך בין דא. (עוועליבל)

: מוטשע נישט יעצט, נאר אויב סאינטערסאנט אדער וויכטיג. (ביוזי).

: רעד צום דופן עקומה, איך בין נישטא (אופליין - וואס מען שרייבט אריין גייט צו יענעם אין אימעיל)
והאחרון הכבוד

: איך בין אריינלאגירט אין גוגל טאלק, נאר איך האב שוין נישט אנגערירט די קאמפיוטער א שטיק צייט, דאס מיינט אז איך בין ארויפגעגאנגען עסן לאנטש, אדער כאפן א ציגרעטל ("אידלע")
קען מיר איינער ביטע שעהן, ערקלערן אביסל מער איבער דעם לעצטן? ווילאנג דארף מען "נישט-אנרירן" דעם קאמפיוטער, אז אויף גוגל טאלק זאל אזוי שטיין, און צו גלייך ווען מען רירט אן די קאמפיוטער ווערט עס צוריק גרין?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 11:53 am
דורך מאשקע
איך מיין אז צען מינוט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 12:20 pm
דורך יאנאש
מען זאגט עס ארויס אנעם 'אי' ביים סוף, עס הערט 'זיך איידל'.
און יא, ווען די כאפסט אן דעם מייזל ווערט ער גלייך אויס איידל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 12:32 pm
דורך מאשקע
איך האב געקלערט אז דער הסבר איז אזוי.
ס'איז באקאנט אז צניעות לערנט מען זיך פון א חתול, א קאץ. און א מייזל איז דאך פארקערט פון א קאץ. נו, אז דער קאץ איז איידל, איז דער מייזל מסתמא נישט איידל. דערפאר, ווען מ'רירט צו צום מייז, ווערט דער קאמפיוטער אויס איידל.
כנלע"ד.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 12:33 pm
דורך איך_הער
מאשקע, נאט בעד.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 12:43 pm
דורך קרעמער
באבילאן טייטשט דאס שוין גארנישט אזוי 'איידל' איבער: נאר "פויל, אומאקופירט, גרונטלאז, ווערטלאז, אומוויכטיג, צייט פארברענגעריי" וכדומה.
lazy; vain, futile; unoccupied, unemployed; groundless, without foundation; worthless, unimportant
v. loaf, lounge, do nothing, laze around; waste time; operate at minimum speed (of an engine or machine)
דאס נעמט אבער נישט אוועק די חן פון מאשקע'ס תוירעלע, אדער גרויזאמער'ס תגובה.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 12:43 pm
דורך סאכדעס
און לכאורה ערגעץ ביי די סעטינגס קען מען אנשטעלן נאך וויפיל מינוט ער זאל איידל ווערן, - הלוואי אויף אונז געזאגט - חוץ מזה האביך ערגעץ אין באזיס א בילד וואו כ'רעדט מיט גרויזאמער'ן, און ער איז איידל אפילו רעדענדיג.
אויב כעל עס טרעפן, העליך עס אפירבראכן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 1:30 pm
דורך מאשקע
אזוי ווי סאכדעס איז פארנומען, האט ער געבעטן איך זאל דאס ארויפלייגן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 4:14 pm
דורך 3x0
טייפען איידעלערהייט מיין איך איז נישט אזא חידוש, ווי טייפן אפליין.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 4:25 pm
דורך מאשקע
איך האב מיך גראדע אויך געוואונדערט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 5:25 pm
דורך מאשקע
מאשקע האט געשריבן:איך מיין אז צען מינוט.
תיקון טעות. כ'האב יעצט געמאכט א טעסט, ס'דויערט נאר פינף מינוט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 5:32 pm
דורך סאכדעס
אוקיי טריאו, כ'רעדט דא ערענסט, די גאנצע בילד וואס כאב געכאפט איז געווען צוליב די וואונדער מיינע.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 5:38 pm
דורך מאשקע
סאכדעס: טריאו איז זייער ערנסט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 6:31 pm
דורך יגרסהדותא
טריאוי: אויך מאשקע
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 28, 2007 10:11 pm
דורך גרויזאמער
שכויעך.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 5:39 pm
דורך ראמני 08
גרויזאמער האט געשריבן:שכויעך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 3:45 pm
דורך ווער בין איך?
טריאו און מאשקע, וואס איז דער חידוש פון טייפן אפליין? יעדע קען זיך מאכן אינוויזיבל, אזוי אז יעדער זעהט אים אפליין, אבער מען קען זיך נישט מאכן איידל....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 3:51 pm
דורך אונגארישער
מאשקע האט געשריבן:איך האב געקלערט אז דער הסבר איז אזוי.
ס'איז באקאנט אז צניעות לערנט מען זיך פון א חתול, א קאץ. און א מייזל איז דאך פארקערט פון א קאץ. נו, אז דער קאץ איז איידל, איז דער מייזל מסתמא נישט איידל. דערפאר, ווען מ'רירט צו צום מייז, ווערט דער קאמפיוטער אויס איידל.
כנלע"ד.
טיפיקעל מאשקע