בלאט 1 פון 1
גוגל טאלק - פארוואס האסטו נישט קיין סקראלל באר
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 19, 2007 5:10 pm
דורך יאנאש
איך ווייס נישט וועם צו פרעגן, אבער די פראגע עגבערט מיר שוין א לענגערע צייט, פארוואס האט נישט גוגל טאלק א סקראלל באר אז איך זאל קענען זעהן מיינע אלע קאנטאקטן, איצט קען איך נאר זעהן פופצן אויפאמאל, ווען איך וויל זעהן איינער וואס איז נישט אויפן ערשטן זייטל דארך איך מאכן א סערטש, וואס דאס איז זייער אומבאטעם'ט.
די סיבה לכאורה איז, ווען גוגל האט אנגעהויבן זייער טאלק פראגראם, האט מען נישט געקענט שיקן אפפליין מעסעדש'ס, און ווייניג האבן מער ווי פופצן פריינט אנליין אויפאמאל, סאו האט עס נישט אויסגעפעלט, ווייל די וואס זענען אנליין קומען ארויף ערשט, אבער איצט ברויכן זיי עס לכל הדעות טוישן.
קרעמער, אפשר ערלעדיגסטו עס.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 19, 2007 5:20 pm
דורך סאכדעס
מסתמא האסטו געטשעקט דארט ביי VIEW די אפשען SHOW ONE PAGE
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 19, 2007 5:22 pm
דורך יאנאש
גערעכט, טענק יו.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 19, 2007 10:57 pm
דורך קרעמער
אינטערסאנט. איך האב ביי מיר יעצט אנגעשטעלט אז מען זאל נאר זען איין בלעטל, און איך קען נישט זען מער ווי 7 חברה.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 19, 2007 11:32 pm
דורך איך_הער
געוואר געווארן דעם מורא'דיגן סוד, פארוואס פון צייט צו צייט זענען אוועק געפאלן עטליכע חברים פון מיין ליסט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 9:11 am
דורך יאנאש
קרעמער;
יא יא אזוי קוקט מען אויס מיט א טירטין אינטש סקרין.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 11:00 am
דורך קרעמער
יאנאש;
ראשית פון וואנעט ווייסטו מיין סקרין סייז? און וואס איז דיין סקרין סייז?
שנית, עס האט גארנישט צוטאן מיטן סייז פונעם סקרין, מען קען דעם גוגעל טאלק פענסטער קלענער און גרעסער מאכן (דארט רעכטס אונטען, מען שלעפט עס אהין און אהער און מען שטעלט עס אן אויף די גרויסקייט וואס מען באגערט), איך האב עס יעצט אנגעשטעלט אז מען זאל קענען זען אלע חברה מיטאיינמאל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 11:23 am
דורך יאנאש
קרעמער;
דיין סקרין סייז קען איך פון זעהן, מיינס איז 21 אינטש.
איך פארשטיי אז מען קען עס גרעסער און קלענער מאכן, אבער עס האט דאך א גבול, מיין גבול איז פופצן חברה פיטן אויפאמאל, און יאך גלייב אז ביי דיר איז היבש ווייניגער.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 12:53 pm
דורך קרעמער
ניין, מען קען עס אויסציען ווי א גאטשע-בענדל (עקסקיוז מיי פרענטש), ביי מיר פיטן אויך איבער 15 חברה.