בלאט 1 פון 1

עפענען אסאך לינקס מיט איינמאל

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 18, 2007 11:45 pm
דורך קרעמער
איך האב א פאנטאזיע, פילייכט וועט עס טאקע ביי דעם פארבלייבן, אבער אויסשמועסן קאסט דאך נישט קיין געלט [און אפילו לויטן מאן דאמר "טיים איז מאני", זאגט ער דאך אויך "הני מילי בשאר יומא דשבוע, אבל ביומא קמא לא אמר להו ולא מידי"... זונטאג גילט נישט דער כלל].

ווי איר ווייסט, זיץ איך אפט אין די קארידארן פון קרעמער'ס נייעס אגענטור (גערופן על שמי ולזכרי), וואו מען האלט מיר און מען אנאליזירט די נייעסן וואס פאסירן איבער די וועלט - ווי נאר זיי פאסירן, און צומאל טאקע הארט בעפאר זיי נעמען פלאץ (TAKE PLACE בלעז).

איז די מעשה אזוי, איך פארמאג צוויי סארטן בראוזערס, איינס רופט זיך אינטערנעט-עקספלאורער (דער זיבעטער), דאס צווייטע לאזט זיך רופן פייערפוקס (מאזילע). פארן געווענליכן באנוץ גלייך איך דעם IE (אינטערנעט עקספלאורער אין קורצן - ווען מען וויל זיך שפארן צייט, ס'טייטש בשאר ימות השבוע), אבער איינמאל אין טאג באנוץ איך זיך שטארק מיטן פוקס, און דאס איז ווען איך וויל מיט איין קליק אויפמאכן אסאך נייעסלעך אויף איינמאל.

ווען איך עפן אויף דעם פאדערשטן בלעטל פון פייערפוקס, געט מער מיר אן אפציע פון "לעצטע קעפ-ליניעס" (LATEST HEADLINES), וואס אויב איך דרוק אים אראפ, שיסט ער מיר ארויס א ליסטע פון דרייסיג וויכטיגע און אומוויכטיגע נייעסער וואס די בע.בע.צע. (בריטישע בראודקעסטינג קאמפאני - אונטערנאציאנאל באקאנט אלץ די BBC) האט געשפירט פאר וויכטיג אראפצולייגן פאר מיר כשלחן הערוך ומוכן.

דאס איז נאך נישט אלעס. איך קען אראפלויפן ביז אונטן, נאך די אלע דרייסיג נייעסער איז דא שטרייך, און דארונטער געט ער מיר אן אפציע "עפן אלע אין טעבס", דרוקנדיג דערויף נעמען זיך אלע נייעסער אויפצועפענען כהרף עין, איינס נאך'ס אנדערע ווערן זיי גרייט געלעזט צו ווערן דורך די נייעס-דורשטיגע אויגן פון די איינגעשטעלטע ביי ק.נ.א. (ק'רעמער נ'ייעס א'גענטור).

וויל איך וויסן אויב עס איז מעגליך ביי אנדערע נייעס אגענטורן, אדער אנדערע בראוזער'ס צו האבן אזא אפציע, דאס הייסט: איין קנעפל וואס וועט מיר צועפענען אלע נייעסער אויפאיינמאל.

איז דא אזא מציאות אז איך זאל קענען אריינגיין - למשל - צו יאהו.נייעס און מיט א דרוק פון איין קנעפל זאלן זיך אלע נייעסער אויפעפענען אין באזונדערע בלעטער?

יישר כחכם למפרע.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 18, 2007 11:59 pm
דורך מאשקע
קוק צי דאס קען דיר העלפן:
http://www.windowsmarketplace.com/detai ... id=1920762

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 4:51 pm
דורך thefact
עס איז פארהאן א פראגראם מיטן נאמען Avent Browser עס איז באזירט אויף אינטערנעט עקספלאורער אבער עס האט אלע מעלות פון פייער פוקס מיט נאך אסאך מעלות

עס האט א אחפלשען "Open All links in this page" און ווען מדריקט דאס קומט ארויס א ליסטע פון אלע לינקס אויף די פעידזש און איר קענט אויס וועלן וועלכע יא און וועלכע נישט

http://www.avantbrowser.com/

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 5:15 pm
דורך מאשקע
איך נוץ Maxthon, און זיי האבן אויך א פלאג-אין מיט אזא אפשען, אבער איך גלייב נישט אז קרעמער וועט טוישן פון איין טאג צום צווייטן צו א גענצליך נייע בראוזער.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 6:05 pm
דורך איך_הער
מאשקע האט געשריבן: אבער איך גלייב נישט .


דאן ביסטו אן אפיקורס. (דזאסט קידינג.)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 7:34 pm
דורך קרעמער
יישר כח די_פאקט, איך וועל דאס פרובירן (איך האב נישט קיין פראבלעם צו נוצען דעם אדער יענעם בראוזער, ווילאנג עס איז בחנם)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 7:45 pm
דורך קרעמער
אראפגעלאדענט, עס קוקט אויס גאר געשמאק - דערווייל.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 9:18 am
דורך 3x0
AVANT האט זייער אסאך מעלות, איך פלעג עס נוצן.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 11:13 am
דורך קרעמער
דריי-נול;

ביי דיר איז עס אויך אויף עברית? איך וואלט עס בעסער געגליכן אויף ענגליש, וויאזוי קען מען דאס איבערקערן?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 11:27 am
דורך 3x0
דריק אויף כלים, דערנאך דריק inteface language, און דריק ענגליש. און זאג מיר צו עס גייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 11:29 am
דורך קרעמער
יא!

א גרויסע יישר כח.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 1:00 pm
דורך סאכדעס
זאג מיר קרעמער, זאל איך עס אויך טוישן אויף ענגליש?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 1:45 am
דורך שוועמל
אמאליגע פראבלעמען....

קרעמער סי שוין געלייזט?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 7:42 pm
דורך קרעמער
אבערוואז. עס איז ערגער געווארן. אמאל פלעג איך אריינגיין צו עשר-עשר-ווינס און אויפמאכן ארום צען נייעסלעך וואס איך האב געוואלט איבערשרייבן. היינט הייבט אינטערנעט עקספלאורער אן אונטערצוקרעכצן ביים זיבעטן אפענעם פענסטער, און אויב איך מאך זיך נישט צוטאן פון אים, שיקט ער ארויף א בייזע מעלדונג אז ער האט זיך דערזען מיט א פראבלעם און וועט זיך שליסן... איך האב זיך שוין צוגעוואוינט צו דער מצב אז איך עפן אויף נישט מער ווי איינס צוויי פענסטערלעך אויף איינמאל.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 8:35 pm
דורך שוועמל
נוץ אפערע בראוזער דאן.

אינטערנעט עקספלארער גלייכט זייער צו קראכן.. .. און דערביי צוקראכן יענעם נערווען.
דאס קען זיין צוליב א שלעכטע עדד-אןן אדער עקטיוו עקס. פרוביר צו דיסעיבלען אלע חוץ ממש וואס דו דארפסט וועסטו זעהן א היבשע חילוק אין די ספיד.
גיי צו אינטערנעט אפשענס> פראגרעמס > מענעזש עדד אנ'ס, און דיסעיבל.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 9:36 pm
דורך זיידעניו
שעכויעך דע פאקט איז אז דער פאקט ווייסט וואס ער זאגט

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 11:11 pm
דורך קרעמער
שוועמל האט געשריבן:נוץ אפערע בראוזער דאן.

אינטערנעט עקספלארער גלייכט זייער צו קראכן.. .. און דערביי צוקראכן יענעם נערווען.
דאס קען זיין צוליב א שלעכטע עדד-אןן אדער עקטיוו עקס. פרוביר צו דיסעיבלען אלע חוץ ממש וואס דו דארפסט וועסטו זעהן א היבשע חילוק אין די ספיד.
גיי צו אינטערנעט אפשענס> פראגרעמס > מענעזש עדד אנ'ס, און דיסעיבל.


איך האב דארט 35 עדד-אן'ס, איך האב מורא צו דיסעיבלן ווייל עס וועט מיר חרוב מאכן אלע וועבזייטלעך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2008 12:52 am
דורך שוועמל
חרוב קען עס נישט מאכן. אין ערגסטן פאל וועט עס דיר בעטן נאכאמאל צו אינסטולן די עקטיוו עקס. (למשל וועסט וועלן שפילן א קליפ ביי 'עשר עשר רוחות'.. וועט ער פארלאנגען צו אינסטולן ווינדאוס מידיא פלעיער עדד אן, לדוגמא. אדער שאקוועיוו, מעקראמידיא וכו' וכו'.

אדרבה פרוביר.