בלאט 1 פון 1

גוגעל מאכט א יד אחת מיט יו-טוב

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 11, 2007 8:12 pm
דורך קרעמער
זוכענדיג היינט פארשידענע פילמען אויף גוגעל ווידיאו, האב איך באמערקט אז זיי פארמאגן לינקס צו אלע ווידיאוס פון YOU TUBE, דאס באשטעטיגט די קלאנגען וואס האבן קורסירט צווישן די ווענט פון קרעטשמע אין די פארגאנגענהייט אז GOOGLE האט אפגעקויפט די יו-טוב פירמע.

אגב, יו-טוב רעגט מיר אויף, ווייל לעצטנס האבן זיי אראפגענומען הונדערטער טויזנטער ווידיאוס (נאכן ווערן אנגעקלאגט אויף COPYRIGHT רעכטן פון CBS און אנדערע מידיא נעטווארקס), אבער ווען מען מאכט א זוכעניש, ברענגט דאס ארויף אפילו די פארמעקטע, און נאר ווען מען דרוקט דערויף, קומט ארויף די נערווירענדע מעסעדזש אז די דאזיגע ווידיאו איז ארונטער גענומען געווארן אויפן פארלאנג פון בלא בלא בלא.

וואס קענען זיי נישט אראפנעמען די גאנצע זאך פונעם סיסטעם און פטור אן עסק? פארוואס זאל דער מענטש ווערן נייגעריג און כאפן א פאטש הערשט ביים דרוקן אויפן בילד דערפון?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 11, 2007 10:28 pm
דורך גרויזאמער
קרעמער, איך בעט דיך, הייב נישט קיין הענט!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 11, 2007 10:55 pm
דורך קרעמער
יעצט פארשטיי איך שוין אביסל פארוואס בן דוד דארף אזוי קאמפיינען אז מען זאל ליב האבן דעם ראש הקהל אין יעדן מצב.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 14, 2007 5:41 pm
דורך שמעק_טאביק
אויב אזוי, בין איך שוין לאנג אויפגערעגט אויף גאגל. איך גראדע קען נישט זעהן די ווידיאוס ווייל איך האב דזשעי.נעט, אבער אפילו פשוט'ע לינקס, מערערע מאל ווען מ'דרוקט די לינק, קומט ארויף א מעסעדזש אז דער וועב זייטל עקזיסטירט שוין נישט... און די זעלבע זאך פאסירט אין "גוגל-דעסקטאפ", הגם עס איז זייער א נוצבארע פראגראם און איך נוץ דאס טעגליך און כ'בין זיך מחי' דערמיט; אבער אפט מאל גיט ער מיר פיילס וואס עקזיסטירן שוין לאנג נישט.

כ'האב אמאל געהערט אז עס האט א בענעפיט, מען קען אפשר צוריקברענגען אפגעמעקטע זאכן, איך ווייס נישט וויאזוי, אבער עכ"ז זאל דאס זיין א בלויזע אפציע. נישט ווען איך זוך "משה" אויף מיין קאמפיוטער זאל ארויפקומען 10 פלעצער, בשעת נאר 3 פון די פלעצער טוען דאס באמת פארמאגן און די איבריגע 7 פיילס האבן שוין עקספייערט.......

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 7:40 am
דורך חברותה
איינער האט ארויפגעלייגט אויף YouTube א קליפ פון ווי מען זעט אויך דארט מיין קרוב, סאיז נישט קיין שלעכטע קליפ און נישט שמוציג, אבער ער וויל נישט מען זאל אין זעהן אויף יענע פלאטץ (סליגט שוין אפאר חדשים און סאיז נאכנישט ארומגעפארן) ווי אזוי קען איך מאכן ער זאל עס מוזן אראפנעמען? ס'איז נישט קיין איד וואס האט עס ארויפגעלייגט און מען רעדט נישט פון אידן, ער האט עס שוין ריפארטעט פאר YouTube אז סווייאלעט זיין פרייוועסי, איז דא א וועג ווי מען קען יענעם קאנטאקטן?
עני העלפ וואס נאך ער קען טוהן?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 2:31 pm
דורך geek
ער קען קאנטעקטן יענעם דורך גוגל פלאס