בלאט 1 פון 1
גוגל טאלק אימעיל: חרפה ובושה
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 2:38 pm
דורך גרויזאמער
וואס געשעט איך וויל איינעם אימעיל עפעס, איינעם וועם איך האב אויפן גוגל טאלק ליסטע? הסברה הנותנת איז אז ווען איך קליק אויפן אימעיל וואלט זיך געדארפט עפענען גימעיל אינעם בראוזער. הלא בגימעיל עסקינן.
א נעכטיגן טאג! ער עפנט מיר אוטלוק!
קרעמער?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 5:35 pm
דורך קרעמער
איך גלויב אז דיין DEFAULT אימעיל סארווירער איז OUTLOOK, און GMAIL וויל זיך מיט אים נישט צוקריגן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 2:17 am
דורך שוועמל
טייערער ראש הקהל
גוגל טולק מיט זשימעיל זענען צוויי באזונדערע זאכן, אזוי צו זאגן.
דאס מיינט אז מען קען נישט שיקן צו יענעם א אימעיל דורך גוגל טולק, און עס איז נישטאמאל פארהאן א באטטאן אזא א קליק צו טאן דערויף פאר דעם צוועק.
כדי צו שיקן א אימעיל ביזטו חייב צו עפענען זשימעיל ווי א איד, און אזוי דאדורך שיקן וואס דו באגערסט. אלעס וואס דו שיקסט דורך גוגל טולק איז 'נישט' קיין זשימעיל און נישט קיין אימיעל.
אזויפיל האבן גוגל טולק חברה יא צוגעשטעלט, אזא לינק אז 'דו' זאלסט קענען עפענען און ליינען 'דיינע' אייגנעע אימעילסס, און אויך דאס וועט זיך עפענען אין דיין בראוזער נישט אין גוגל טולק.
הגם איך פארשטיי נאכנישט וואס דו האסט געקוועטשט אין גוגל טולק אז אוטלוק זאל זיך עפענען דורך דעם .
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 2:31 pm
דורך קרעמער
Server Error
We're sorry, but Gmail is temporarily unavailable. We're currently working to fix the problem -- please try logging in to your account in a few minutes.
דאס באקום איך יעצט פרובירנדיג אריינצוגיין אין גימעיל. אויך גוגעל-טאלק איז יעצט טויט. איז דאס נאר ביי מיר? ליידט נאך איינער דערויף?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 2:41 pm
דורך סאכדעס
ניין ביי מיר איז אלעס אין דער ארדענונג.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 2:42 pm
דורך איך_הער
ביי מיר אויך, קרעמער דו ביסט ביי מיר אפפליין.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 3:05 pm
דורך יגרסהדותא
אקעי, ס'איז געווען א פראבלעם, ס'האט נישט געארבעט די גוגל-טאלק סייד פאר א גוטע האלבע שעה.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 4:09 pm
דורך יאנאש
וויפיל אזייגער? ווייל ביי מיר האט עס מיינעך געארבעט אגאנצן טאג געהעריג.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 6:02 pm
דורך קרעמער
יעצט איז שוין גוט ב"ה.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 11:46 pm
דורך איך_הער
דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער אויך.