בלאט 1 פון 1

ווערייזאן DSL אין קאנטרי

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 27, 2010 1:37 am
דורך leiby
דורך theheadcounselor אום פרייטאג יולי 02, 2010 2:54 am

איך האב DSL אין קאנטרי אבער עס קומט אייביג מיט עסענישן, ער האלט זיך אין א ין פארלירן, ער גייט נישט ווייערלאז צו ווייט, און מען דארף קוועטשן נעטווארק קנעפלעך ביז מען זעהט איהם ארבעטן,
צו ווייסט איינער אויב דאס הייסט נארמאל?
theheadcounselor
אנשי שלומינו
הודעות: 6

--------------------------------------------------------------------------------

דורך קרעמער אום פרייטאג יולי 02, 2010 4:04 pm

דאס ערשטע מאל מען מאכט דאס ארבעטן, דארף עס גיין דורך די פירמע. רוף 1800.567.6789 און רעד דיך דורך מיט זיי.

נאכדעם דארף עס צו גיין געשמירט, וכן הולך אצלי ב"ה.

וועגן די פראבלעם אז די ווייערלאז גייט נישט צו ווייט, איך האב נישט פרובירט נישט דאהי און נישט אין שטאט פונקטליך ווי ווייט עס גייט, על כן ווייס איך נישט.

קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21562


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שוועמל אום מאנטאג יולי 05, 2010 5:08 am

ניין עס דארף נישט גיין דורך די פירמע, זה לא הולך ככה.

אדרבה די פירמע הייסט אינסטולן זייער נארישע דיסק וואס קומט פול מיט אומווערדיגע, אומנויטיגע פראגראמס און טולבארס וואס קענען נאר שטייט מאכן דעם מאשין.
די ערשטע מאל דארף מען זיך קאנעקטן מיט א ווייער, און אויפסעטן די ראוטער, מען ברויך אויך אויפסעטן די קאנעקשן דורך אריינלייגן די ווערייזן אימעיל און פעסווארד, איין מאל דאס איז גוט קען מען זיך שוין קאנעקטן ווייערלאז.

דאס איז אויפן שפיץ גאפל, כ'אב שוין אמאל גערעדט דערפון אין א ינעפון די אשכולים.
צו טראבלשיסן קען מען אויך גיין דא http://192.168.1.1/verizon/redirect.htm, דרוק ענעיבל דערנאך דיסעיבל, מען דארף אבער וויסן וואס מען טוט! ווייל עס קען אויך שאדן מאכן און וועסטעך נישט קענען אליינס קיין עצה געבן.



בנוגע צו ווייט צו נאנט, ווענדט זיך וואסערע ראוטער דו האסט, וואסערע ווייערלעס קארד דו האסט, וואסערע טעכנאלאגיע ער נוצט, וויפיל ווענט טיילן אפ צווישן ראוטער און די קאמפיוטער, א שטויס פון פאקטארן שפילן א ראלע וואס ס'יז שווער צו דעטערמינען אזוי מן השפה ולחוץ.

לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7240