בלאט 1 פון 1

עפענען א tif פייל פון outlook

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 3:27 pm
דורך משיח
איך האב אן אי-פאקס, ד.ה. אלע מיינע פאקסעס קומען אריין אין מיין אימעיל אקאונט.
עס קומט אריין אלס א tif פייל. (איך קען עס דערוויל נישט טוישן צו pdf).
די נעקסטע סטעפ איז, אז איך נוץ אוטלאק פאר מיינע אימעילס.
דא הייבט זיך אן די פראבלעם.
לעצטנס ווען איך פרוביר צו עפענען די עטטעטשמענט, ד.ה. די פאקס דאקומענט, קומט ארויף אן ערער ווי פאלגענד:
tif probblem.JPG
tif probblem.JPG (11.48 KiB) געזעהן געווארן 307 מאל

איך קען עס ניטאמאל סעיוון, די זעלבע עררע קומט ארויף.
די איינציגע וועג וואס איך קען עס עפענען איז דורך אריינגיין אין מיין ג'מעיל אקונט, און עס עפענען פון דארט. דאן ארבעט עס אהן קיין שום פראבלעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 10:53 pm
דורך שוועמל
יעדע עטעטשמענט וואס דו עפענסט פון אימעיל ווערט געסעיווט אין א טעמפארערי פאלדער דארטן וואו אלע אימעילס ווערן געסעיווט.
אוטלוק'ס פיילס ווערן געסעיווט אין א פאלדער וואס ערלויבט נאר 99 פיילס מיט דעם זעלבן נאמען, דעריבער דארף מען דעליטן די אלטע פיילס וועסטו שוין קענען עפענען די נייע.

כדי צו פריווענטן אויף פארהויס, טויש דעם דירעקטארי וואו די פיילס ווערן געסעיווד. מען דארף טון צוויי זאכן:
1) קריעט א נייע פאלדער אין די טעמפ דירעקטארי, גיי דא: C:\Documents and Settings\*USER*\Local Settings\Temp
דארטן קריעט א פאלדער וואס הייסט OLKTEMP

2) עדיטן די לאקאציע וואו די טעמפ פיילס ווערן געסעיווד, די גרינגסטע איז דורך די רעגיסטרי.
דרוק ווינדאוס+R
טייפ אריין REGEDIT, ענטער
גיי צו די פאלגענדע קי: HKEY_CURRENT_USER\Software\Microsoft\Office\11.0\Outlook\Security
(11.0 איז נישט מוכרח, אויב איז דא אהעכערע נומער גיי צו יענע וואס איז לכאורה די נייעסטע ווערסיע)
אויף די רעכטע זייט דאבל קליק OutlookSecureTempFolder און מאדיפיי די לאקעשאן וואו די פיילס ווערן געסעיווד, נוץ די נארוואס געמאכטע פאלדער C:\Documents and Settings\*USER*\Local Settings\Temp\OLKTEMP

לאז וויסן אויב סארבייט

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 6:38 am
דורך משיח
גע'ארבייט! א ריזיגן דאנק ר' שוועמל.

מתחילה האב איך געהאט א פראבלעם צו טרעפן די "local settings" פאלדער אין מיין יוזער פאלדער.
האב איך מיר געכאפט אז מן הסתם איז עס hiden,
די וועג דאס צו עפענען איז ווי פאלגענד:
ביי סיי וועלכע open באקס מ'איז, א שטייגער ווי my documents, my computer וכדומה, גייט אריין צו:
tools
folder options
view
מאכט א טשעק ביי: show hiden files and folders
דאן וועט זיך עפענען די באהאלטענע פאלגערס, וואס local settings איז אטיינס פון זיי.

פארוואס זאג איך עס? אז אויב איינער האט די זעלבע פראבלעם, זאל ער וויסן וויאזוי זיך אן עצה צו געבען.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 6:41 am
דורך משיח
שוועמל האט געשריבן:יעדע עטעטשמענט וואס דו עפענסט פון אימעיל ווערט געסעיווט אין א טעמפארערי פאלדער דארטן וואו אלע אימעילס ווערן געסעיווט.

אין אנדערע ווערטער זאגסטו מיר אז יעדע איטעטשמענט וואס איך עפן נאר אויף, ווערט אטאמאטיש געסעיווט, און איך ברויך מיר נישט מטריח זיין יעדעס מאל צו סעיווען.
קיינמאל נישט געוויסט!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 9:03 am
דורך שוועמל
ב"ה.
יא יעדע פייל אדער פעיזש וואס דו קוקסט דורכן בראוזער אדער אימעיל קלייענט ווערט אוטאמאטיש געסעיווט ערגעץ אין די טעמפ פאלדערס.
אבער די טעמפ פאלדערס איז נישט געמאכט באמת צו סעיוון עפעס וויכטיגס ווייל עס ווערט דעליטעד יעדע שטיק צייט (ס'יז דא וואס אוטאמאטיש). אויב ווילסטו עפעס סעיוון דאן סעיוו עס געהעריג צו מיי דאקומענטס.