בלאט 1 פון 1

ווו.אייוועלט.קאם אנשטאט www.ivelt.com

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 9:47 am
דורך קאמענטאטאר
נישט אזא ווייטער חלום...

די ICANN ערמעגליכט צום ערשטן מאל דאס נוצן נישט-לאטיינישע בוכשטאבן אלס א וועב אדרעס (לע"ע נאר אראבישע), אלזא אויב וואוינט איר אין אפגאניסטאן און זענט אן אנאלפאבעט, ברויכט איר נישט מער ברעכן קאפ מיט http://www.ivelt.com נאר אנשטאט פרובירט ث ث ث. ط ل ه ت ر. ج س م (פארשטייט זיך נאכ'ן רעגיסטרירן דעם דאמעין)...

זעהט מער דא

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 10:32 am
דורך יואל ווייס
מען קען שוין איצט אויך אריינקלאפן אידישע ווערטער אנצוקומען צו געוויסע סייטס.
קלאפ אריין 'חרדים', קלאפ ענטער און דו וועסט אנקומען צום אר"ידיגן 'חרדים' סייט.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 10:34 am
דורך שמערי בערי
לייגט אריין אין אייער בראוזער:

קאוד:
www.אידישעוועלט.com

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 10:34 am
דורך שמערי בערי
אדער לייג אריין אידישעוועלט און דריק קאנטראל ענטער.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 10:43 am
דורך קאמענטאטאר
אינטערסאנט, כ'האב נישט געוואוסט דערפון בעפאר.

נאך אלס איז עס נישט ממש דאס, עס ווערט נאר re-directed צום ארגינעלן לאטיינישן url, אויב אזוי איז די נייעס לכאורה אז מען קען דאס רעגיסטרירן אלס די ארגינאלע url.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 11:30 am
דורך שוועמל
שמערי בערי האט געשריבן:לייגט אריין אין אייער בראוזער:

קאוד:
www.אידישעוועלט.com

דאס ארבעט שוין זייער לאנג, שוין געווען א שמוס דערפון אפאר יאר צוריק.
לכאורה דורך א רידירעקט און ס'האט גארנישט מיט אייקאנס נייע פאליסי.
קענסט אויך אריינלייגן בלויז "אידישע וועלט" אנע .קאם.


און דאס זעלבע ארבעט חרדים.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 11:45 am
דורך פאטאקי08
אמאל שוין לאנג צוריק היינט שוין נישט פלעג איך דא אריינקומען אזוי

היימישעקרעטשמע קאנטראל ענטער
היינט:
Oops! Google Chrome could not find http://www.heimishekretchme.com

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 02, 2010 9:19 am
דורך האניג
ווען מ'לייגט אריין א למשל דער ווארט "חרדים" פון אויבן אינ'ם בראוזער, גייט עס אטאמאטיש צום סייט פון דער ערשטער געפינס פון גוגל. גיב א בליק, סערטש "חרדים" אין גוגל (אנטשולדיגט, נישט גוט געזאגט - גוגל "חרדים"), וועסטו זען אז דער "חרדים" סייט איז דער ערשטע געפינס ביי זיי. (צוויי הערות: 1. פייערפאקס ארבעט אזוי, נישט קראום [זיי ברענגן דיר פשוט און פראסט צו די גוגל ריזאלטס], און כ'ווייס נישט וועגן אנדערע בראוזערס. 2. מ'קען טוישן וועלכער סערטש ענדזשין ער זאל נוצן [כ'געדענק נישט פונקליך וואו מ'טוישט עס]).

יעצט בנוגע דער "אידישע וועלט" מעשה, איז דאס ביי אלע אידישע סייטס, אדער איז דאס אזוי פראגראמירט?