פענטאגאן: לערנט אייך העקן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 12:49 am
די פענטאגאן האט אנגעהויבן זעלבסט אויסלערנען וויאזוי צו העקן אנדערע קאמפיוטערס.
דער הויפט פון די עלעקטראניקס און קאמפיוטער קאונסיל, זשעי בעיוויס האט געזאגט "אויב דו דילסט מיט א העקער מוזטו טראכטן ווי אים און וויסן גענוי זיינע טאקטיקן".
"מיר שטעלן נישט צו קלאסן פאר העקן, נאר אפצושלאגן א העקער. דאס איז גענוי ווי מען לערנט איינעם שניידן אן עפל, ווען יענער קען נעמען דעם מעסער און שעדיגן א מענטש. מיר לערנען אויס דעם פאזיטיוון גאנג" זאגט קא-פארזיצער פון דעפט. אף דעפענס.
די קלאסן וועלן טרענירן סטודענטן וואס ווילן נעמען דעם קורס פון 40 שעה און 45 טויזענט פעיפערס דורכצוליינען, פאר אפצאל פון $450 ביז $2500 געוואנדן אין די לעוועל פון טרענירונג און וואסערע דעגרי מען וויל קריגן אין דעם פאך.
די בעסיק טרענירונג איז העקן פראבעס אין זייערע אייגענע קאמפיוטער נעטווארקס און יעדע פראבע ווערט רעקארדירט,צי עס איז יא געלונגען צי נישט, די פונקטליכע סיבה פארוואס יא אדער נישט, אזוי וועט מען פארשטיין וויאזוי צו פריווענטן און איבערקלוגן די טראדיציאנאלע העקערס.
די פענטאגאן ליידט שטארק פון צענדליגער טויזענטער העקינג פראבעס יערליך, און דאס קאסט אפ ארום 100 מיליאן פאר הויך שטודירטע IT טעקנישאנס, אצינד פרובירן זיי אן אנדער גאנג אז יעדערער זאל זיך אויסקענען דערמיט און אליין וויסן וויאזוי זיך צו באשיצן זייער פרייוועסי.