בלאט 1 פון 1

גוגל אלערטס

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 10:33 am
דורך שמן זית
איך וויל עס זאל ביי מיאר ארויפקומען אלע נייעס אויף די מינוט עס ווערט רעפארטעד אין א וועב סייט, וויאזוי מאך איך עס?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 11:42 am
דורך ארעסטאנט
גיי אריין צו גוגל מאך א סוירטש אויף ס'ווארט גוגל אלערטס, וועסטו גלייך באקומען די אפציעס פון אויפסעטן א אלערט דערנאך לייג אריין ס'ווארט וואס דו ווילסט ס'זאל דיר אלערטן, למשל brooklyn ny און דו וועסט אנהויבן באקומען אלערטס.
אזוי אויך קענסטו אנשטעלן די אלערטס, למשל אויב דו ווילסט עס נאר באקומען פון נייעס קוועלער, אדער אויב דו ווילסט עס באקומען פון יעדע בלאג אדער וועבסייט וואו עס ווערט דערמאנט די ווארט אויף וואס די האסט אלערטעד.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 9:20 am
דורך בעל בית
איינער ווייסט נאך טיפס אין זאכן וואס מקען טון מיט גוגל אלערטס?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 12:15 pm
דורך שנאפס
וויזוי מאכט מען אז ווען מען וויל עפעס באקומען אויף גוגל אלערטס וואס האט פיר ווערטער, למשל "אקס וואס דו ביסט", זאל נאר ארויפקומען א אלערט וואס האט די פיר ווערטער אין דעם סדר, און נישט יעדע אלערט וואס האט איינע פון די פאר ווערטער?

יעצט קומט ארויף יעדע זאך אויפן געוועב וואס האט איינס פון די ווערטער, איך דארפעס אבער נאר אויב עס האט אלע ווערטער אין דעם סדר

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 1:21 pm
דורך לכתחילה אריבער
שנאפס האט געשריבן:וויזוי מאכט מען אז ווען מען וויל עפעס באקומען אויף גוגל אלערטס וואס האט פיר ווערטער, למשל "אקס וואס דו ביסט", זאל נאר ארויפקומען א אלערט וואס האט די פיר ווערטער אין דעם סדר, און נישט יעדע אלערט וואס האט איינע פון די פאר ווערטער?

יעצט קומט ארויף יעדע זאך אויפן געוועב וואס האט איינס פון די ווערטער, איך דארפעס אבער נאר אויב עס האט אלע ווערטער אין דעם סדר

אזוי ווי די שרייבסט "אקס וואס דו ביסט", די ווערטער מיט גענזען פיסלעך, אזוי ווי ביים סערטשען.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 1:51 pm
דורך שנאפס
טענקס, העמער זען אויב עס וועט העלפן

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2012 1:41 pm
דורך שנאפס
יא, איך קען קאנפערמירן אז עס ארבעט א מחי', יישר כח לכתחילה #3258

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:12 am
דורך האניג
אקס וואס דו ביסט.






נו שנאפס, ס'האט עס געכאפט?...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 2:15 pm
דורך שנאפס
חחחחח

(סארי, יעצט געזען דעם ענטפער..)

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 3:41 pm
דורך האניג
סאו ס'ארבעט נישט...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 4:20 pm
דורך שנאפס
חחח נאכאמאל...

(קען זיין סיז אפענסיוו לענגוועטש וואס גייט ביי מיר גלייך אין ספעם..)

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 4:32 pm
דורך האניג
חחח