בלאט 1 פון 1

Koshernet - email only

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 12:23 pm
דורך רעיא מהימנא
עס איז דא א סערוויס - נישט אזוי באקאנט, פון די קאמפאני "קאשערנעט" וואס שטעלען צי בלויז אימעיל די.עס.על. פאר בלויז 10 דאלער א חודש. עס פארמאגט ממש נאר אימעיל אין מ'קען נישט אנקומען קיין ערגעץ, (חוץ די וועבסייט פון קאושערנעט, ווי מ'קען זעהן די אימעילס).
ביי מיר אין שטיב האב איך די סערוויס, אין איך וואלט געוואלט וויסען אויב איינער דא ווייסט צי מען קען ניצן מיט דעם סערוויס אזעלעכע פראגרעמס וואס פארלאנגען אינטערנעט, ווי גאגל טאלק וכדומה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 3:05 pm
דורך 3x0
ווילאנג באקוסט נישט א יא אדער ניין תשובה, קען איך דיר געבן אזא עצה. שיק דיר די פראגרעם צו דיין אימעיל, און פראביר עס אויס ביי דיר אין שטיב.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 5:37 pm
דורך רעיא מהימנא
ש'כח ר' 3X0,
איך האב געטרייט אין ס'איז נישט געגאנגען. איך וויל וועגען דעם הערען פין די עקספערטס דא וואס זיי זאגען.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 09, 2010 6:23 pm
דורך הויכער
אזוי? קיינמאל נישט געוויסט דערפון, איך ווייס איינער וואס באצאלט פאר YESHIVANET איבער $55 פאר די סערוויס
ווי קען מען אנקומען צו זיי? וואס איז זייער פאון נאמבער?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 12:06 am
דורך רעיא מהימנא
הויכער האט געשריבן:אזוי? קיינמאל נישט געוויסט דערפון, איך ווייס איינער וואס באצאלט פאר YESHIVANET איבער $55 פאר די סערוויס
ווי קען מען אנקומען צו זיי? וואס איז זייער פאון נאמבער?

איך האב אויכעט געהאט ישיבהנעט, אין איך האב געטוישט צי קאשערנעט.
איך האב דעם סערוויס דורעך עקסשטעיזדש טעלעקאם - Xchange.
זייער נאמבער איז:
6467227200

-----
נא, רבותי! האט נאך קיינער נישט קיין ענפער פאר מיין פראגע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 11:19 am
דורך ווארד2007
די קאושער נעט DSL ארבעט איבעראל
אדער נאר מיט ווירייזען אזוי ווי ישיבה נעט?