בלאט 1 פון 1
פילטער פאר קעיבל אינטערנעט/וויסטע
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 5:27 pm
דורך משה קארנפעלד
שוין א לענגערע צייט וואס איך פלאג מיך ארום צו טרעפן א פאסיגע פילטער וואס זאל שטימען מיט מיין קאמפיוטער און אינטערנעט.
איך פארמאג קעיבל אינטערנעט און וויסטע סיסטעם.
JNET שטעלט נישט צו קיין פילטער פאר קעיבל, פילטערנעט ארבייט נישט מיט וויסטע, כשר-נעט האט געמאכט אסאך פראבלעמען ביז איך האב עס געמוזט ארויס ווארפן.
יעצט האב איך גענומען דעם עין רואה וואס קומט אויך מיט א פילטער, אבער ער פונקט ווי אלע מאכט ווייטער פראבלעמען.
איז דא איינער וואס האט קעיבל און וויסטע, און פארמאגט א פילטער וואס ארבייט פיין אן מאכן פראבלעמען?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 5:39 pm
דורך מחזור
איך האב וויסטע אין איך נוץ פילטערנעט.
ס'מאכט טאקע אסאך מעל פראבלעמען, די פילטער לאזט נישט ווייטער ארבעטן מוז איך צומאכן די בראסער אין צוריק עפענען, איך האב קיינמאל נישט געקאלט פרעגן פארוואס, האט דא צוטוהן מיט וויסטא??? אין xp האב איך דאס נישט געהאט.................
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 8:23 pm
דורך משה קארנפעלד
סיז זיכער דא אזא געדאנק אז געוויסע פילטערס פארשטייען זיך נישט מיט וויסטא, העסט כסדר זעהן ווי פירמעס שרייבן "אונז ארבייטן שוין אויך מיט וויסטא" וכדו'.
ביי מיר האט אבער פילטערנעט נישט געמאכט בלויז פראבלעמען, נאר גענצליך געשטערט די אינטערנעט סערוויס, די זעלבע האט שפעטער פאסירט מיט כשרנעט, יעצט מיט די פילטער פון עין רואה(covenant eyes) ארבייט, ער אבער ער מאכט אסאך פראבלעמען.
נו, איז דא איינער אין מיין צושטאנד מיט א פילטער וואס ארבייט פיין?
אדער וועל איך אים אין די ענדע דארפן ארויס שליידערן און קלעטערן יעדן טאג אויף הייסע נעגל אן קיין משגיח..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 8:24 am
דורך סתם_אזוי
עפעס האב איך אמאל געהערט פון K9. האסט עס שוין געטרייט?
http://www1.k9webprotection.com/
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:57 am
דורך מאנאגרעמס
איך האב K9 און אויך וויסטע און איך בין מיך מחי'. קיין קעיבל האב איך נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:15 am
דורך אינגערמאן
אז מ'רעדט שוין יא, איז דא נאך א קאמפעני וואס פילטערט חוץ JNET אין מאנרא?
JNET בעט א פרייז פון 60.00 $ א חודש אז עס איז מיר פארגאנגען די אפעטיט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 12:00 pm
דורך מאנאגרעמס
אויב דו דארפסט "מהדרין", גלייב איך נישט אז דו וועסט טרעפן אן אנדערן אויסער J-NET.
אז נישט פרוביר K9.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 12:04 pm
דורך שוועמל
K9 פלעגט מיר אינגאנצן אפהאקן מיין קאנעקשאן אין וויסטע כאב געמוזט ארויסווארפן.
שוין געווען כמה אשכולות דערוועגן לשעבר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 12:11 pm
דורך למעלה משבעים
אינטרעסאנט, איך האב אויך וויסטע און K9, און עס איז געגאנגען אזוי בערך פאר כמעט צוויי יאר, לעצטענס האב איך אבער געהאט איינמאל נאכן אפדעיטן דאס וואס שוועמל זאגט, אז ער האט אפגעהאקט מיין קאנעקשאן, מיטן אויסרייד אז איך האב אנגעשטעלט א טיים ריסטריקשען.
פארשטייט זיך איך האב גלייך געבעטן דער וואס האט מיין פעסווארד זאל מיר עס טוישן, און פון דאן לויפט ער א מחיה.
איין זאך וואס מען דארף וויסן, אז יעדן מאל וואס מען פראבירט אריין צו גיין ערגעץ, גייט ער קודם צו די K9 זייטל זיכער צו מאכן אויב עס איז אפן, און דאס קען פארלענגערן דאס אנקומען צו די זייטל וואס מען וויל אריין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:54 pm
דורך קרעמער
איך נוץ יעצט אויך דעם הינטל (K9) [נישט אויף וויסטע, נאר עקס. פי.] און עס ארבעט א מחיה.
איך זעה נישט עס זאל געדויערן לענגער אויפצומאכן א וועבזייטל ווי בעפאר.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 01, 2010 8:16 am
דורך פאטאקי08
U95 האט עמיצער דא געהערט אמאל דערפון?
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 01, 2010 8:42 am
דורך משה קארנפעלד
גיי מיר אי"ה פראבירן דעם הינטעל נוסח קרעמער, ונזכה ונחיה.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 03, 2010 3:51 pm
דורך מאנאגרעמס
איך האב געהאט U95 און ביי מיר האט ער נישט געארבעט (איך ווייס פון אנדערע וואס עס האט יא געארבעט)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 23, 2010 5:45 pm
דורך מי יודע
אז מען רעדט דא פון פראבלעמען אז וויסטע מיט פילטער נעט קומען זיך נישט אויס, ווייסט איינער אויב מיט ווינדאס 07 האט ער יא שלום בית?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 23, 2010 6:56 pm
דורך בשבילי נברא
עס איז דא א פילטער מיטן נאמען "opendns"
א פראגרעמער האט מיר געזאגט אז ער נוצט עס אסאך און ער איז זייער צופרידן דערפון, (בנוסף צו דעם אז עס איז בחנם)
זייער וועבסייט איז
opendns.comווער עס פרובירט עס, ווערט געבעטן צו מעלדן זיין דעת בעל הבית דערוועגן (אדער אויב פארמאגט ער א דעת תורה, איז אוודאי נאך בעסער)
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 5:40 am
דורך גוט
k9
ארבעט זייר גוט פאר ווינדאויס 7
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 7:07 am
דורך leiby
גוט האט געשריבן:k9
ארבעט זייר גוט פאר ווינדאויס 7
גם אני מצטרף
ביי עקס פי פלעגט עס קרעשן
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 8:04 am
דורך יוםטובערליך
"sonicwall"
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 11:29 am
דורך למעלה משבעים
leiby האט געשריבן:גוט האט געשריבן:k9
ארבעט זייר גוט פאר ווינדאויס 7
גם אני מצטרף
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 11:46 am
דורך מי יודע
מה זה K9
עפעס מיט הינט
א לינק ביטע
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 11:54 am
דורך DONE
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 6:46 pm
דורך לכאורה
leiby האט געשריבן:גוט האט געשריבן:k9
ארבעט זייר גוט פאר ווינדאויס 7
גם אני מצטרף
ביי עקס פי פלעגט עס קרעשן
איך נוץ עס פיין מיט עקס פי.