בלאט 1 פון 1
דיאגנאזירן א קאמפיוטער
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 12, 2009 9:09 pm
דורך טייפיסט
איז דא א וועג וויאזוי צו כאפן א קאמפיוטערס פראבלעם???
איך האב א נייע קאמפיוטער, ווינדאוס 7, און עס מאכט מיר פראבלעמען. עס פרירט היבש אפט וכדומ'.
די חורבן איז נאר, אז עס האט נישט קיין סיבה וואס עס איז גורם דערצו וואס איך קען זעהן, ווי צב"ש אז ווען איך נוץ יענע ספעציפישע פראגרעם, פרירט עס, נאר אן קיין חשבון מפעם לפעם, פרירט עס.
איך האב שוין געמאכט א דייעגנאסטיקס טעסט, און די רעזולטאטן דערפון איז געווען, אז אלעס איז הונדערט פראצענט בסדר מיט די הארדוועיר.
מיין שאלה איז, איז דא א פראגרעם וואס קען מיר זאגן וואס עס איז די גורם אז די קאמפיוטער, זאל זיך אויפפירן מיט די יעצטיגע התנהגות ???
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 12, 2009 10:36 pm
דורך ווער בין איך?
האסט עס געסקענט מיט א אנטי וויירוס?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 5:57 am
דורך טייפיסט
יא !
שוין געסקענט מיט אנטי וויירוס, און ער איז ארויסגעקומען ריין כתינוק שנולד.
לכאורה איז דא עפעס א פראגרעם אדער דרייווער, וואס איז די גורם דערצו, איך קען אבער נישט כאפן וואו די הינט ליגט באגראבן
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 6:40 am
דורך bobke
did you check your ram?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 6:20 pm
דורך טייפיסט
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט טשעקן די רעם, אויב צו די הארדוועיר איז בסדר, אדער צו איך האב גענוג.
אויף שאלה איינס, האב איך דאך שוין געמאכט א דייעגנאסטיקס טעסט און עס איז בסדר, און אויף שאלה נומער 2, איך האב דריי גיג רעם.
אזוי זוכנדיג, האב איך געזען אז עס איז דא פראבלעמען מיט ווינדאוס 7 מיט די סידי פלעיער, ווייסט איינער מער דערוועגן ?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 10:31 pm
דורך קרעמער
איך גלייב אז דו האסט שוין געמאכט א סיסטעם ריסטאר, איז וואר?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 6:05 am
דורך טייפיסט
נישט וואר.
א סיסטעם ריסטאר שטעלט צוריק די קאמפיוטער צו א פריערדיגע דאטום.
די קאמפיוטער וואס איז פראבלעמאטיש איז ברענד ניו, איך טו ווידערהאלן מיין שאלה,
וויאזוי קען מען אנצייגן וואס עס איז די גורם אז א קאמפיוטער זאל פרירן כסדר ?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 10:08 am
דורך קרעמער
פרובירן א סיסטעם ריסטאר קען נישט שאטן, אם לא יועיל לא יזיק.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 2:00 pm
דורך ווער בין איך?
אויב איז עס א ברענד ניו קאמפיוטער, ריאינסטאל ווינדאויס.
(אגב. האסט אריבערגעברענגט פיילס פון א אנדערע קאמפיוטער?)
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 3:08 pm
דורך טייפיסט
מען האט שוין ריאינסטאלט ווינדאוס. געמאכט א קלין אינסטאלעישן
אבער ווען איך האב צוריק געברענגט מיינע פיילס און פראגרעמס איז עס ווידער געשען, איך קען נישט דורך גיין יעדע פראגרעם עקסטער, און ווארטן אפאר טעג צווישן אינסטאלירן יעדע פראגרעם און אזוי זען וואס די גורם איז.
דערפאר זיך איך עפעס וואס זאל מיר זאגן וואס די פראבלעם איז.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 4:03 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד
ביי וועלכע פראגראם פרירט עס?
אפשר שטימט נישט יענע פראגראם מיט ווינדאוס זיבן, אדער מיט 64 ביט, אויב דו האסט די דאזיגע ווערסיע.
געב מער פרטים וועט מען קענען וויסן וואס עס גייט פאר דארט.
*
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 15, 2009 11:06 am
דורך ווער בין איך?
אלע אלטע פיילס זענען אויך געסקענט מיט א גוטע וויירוס סקענער?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 15, 2009 3:20 pm
דורך טייפיסט
יישר כח פאר אלע גוטע פריינד וואס פרובירן צו העלפן.
אלעס איז געסקענט מיט א וויירוס סקענער.
עס איז א 32 ביט קאמפיוטער.
עס פרירט כסדר, עס האט נישט צו טון וועלכע פראגרעם איך נוץ, עס האט שוין אמאל געפרוירן אינמיטן די נאכט ווען איך האב עפעס געוואלט דאונלאודן, און אינדערפרי האב איך געזען אז ערגעץ אינמיטן נאכט האט עס געפרירט.
ווען עס פרירט ווען כסדר ביי א געוויסע פראגרעם החרשתי, אבער דא ווייס איך נישט וועלכע פראגרעם איז די גורם דערצו.