בלאט 1 פון 1

OCR אויף רש"י אותיות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 1:16 pm
דורך יהיה כן
צו ווייסט איינער א גוטער OCR פראגרעם פאר אותיות רש"י
איך נוץ אסאך ליגאטור LIGATURE פאר אותיות מרובעות ארבעט ער גאנץ פיין, און קעןן גאנץ גוט, אבער פאר אותיות רש"י קען איך אים נישט נוצן
עס האט טאקע א אפשען פון טיטשן דעם פראגרעם א פאנט, אבער די יונגל קען נישט קיין רש"י, ער חישט ארום די חי"ת מיט די תי"ו, סמ"ך מיט ענדע מ"םס, כאפט צאם עטליכע אותיות אויפאמאל, הקיצור שוואכע קאפ, קען נישט
איז אלזא ווער ווייסט יא פון א גוטע פראגרעם, פאר רש"י אותיות
כהאב מיך ארויס געלאזט אויף די יארכע זוכן, האבעך געטראפן צענדליגער (עה, א גוזמא) פראגרעם'ס אזעלכע, ווער וואלט גערעיט די פראגרעם'ס וועלכע איז באמת רעקאמענדעט פאר רש"י אותיות?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 1:06 am
דורך בןהרחמן
איך האב אויך אמאל פרובירט אויסצולערנען רש"י אותיות פאר ליגעטור, איך האב עס געוואלט פאר א אריינגעסקענטע אלטע ספר, אבער דארט האט עס נישט אזוי גוט געארבעט ווייל ווי פארשטענדליך זענען ביי די אלטע ספרים אסאך מאהל דא אפגעהאקטע אותיות, אויב דו רעדסט פון נייע קלארע געפרינטע זאכן דארף מען איהם בפשטות קענען אויסלערנען, מען דארף קודם זעהן ער זאל האבן עטליכע צי מערערע סעמפעלס פון יעדע אות (מען קען איבערקוקען די סעמפעלס צו זעהן וועלכע ער האט גוט אפגעלערנט און אויב נישט דאן מעקט מען עס אויס)

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:45 am
דורך יהיה כן
כהאב שוין פראבירט זייער אסאך מיט ליגעטור, [אויך מיט נייע ספרים], אבער אן הצלחה, דער עיקר ער מישט זייער זייער אויס ח' מיט ת', און אויך א חנ ווערט א תי"ו ווי אויך פארקערט, איצטער האטמער איינער רעקאמענדירט עפעס, העמער זעהן אויב עס איז בעסער אפשר וועלעך מודיע זיין דא.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:57 am
דורך למעלה משבעים
יהיה כן האט געשריבן:כהאב שוין פראבירט זייער אסאך מיט ליגעטור, [אויך מיט נייע ספרים], אבער אן הצלחה, דער עיקר ער מישט זייער זייער אויס ח' מיט ת', און אויך א חנ ווערט א תי"ו ווי אויך פארקערט, איצטער האטמער איינער רעקאמענדירט עפעס, העמער זעהן אויב עס איז בעסער אפשר וועלעך מודיע זיין דא.

מיינסט אוודאי צו זאגן,
העמער זעהן אויב עס איז בעסער אפשר, וועלעך מודיע זיין דא.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:51 pm
דורך יהיה כן
למעלה מ70
ניין! איך מיין טאקע 'אפשר' וועלעך מודיע זיין דא

OCR וואס קען טוישן PDF דאקומענטן צו WORD

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 8:18 am
דורך israel
איך זוך וואו קען איך אראפלאדן א פראגראם פון OCR וואס קען טוישן PDF דאקומענטן צו WORD.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 24, 2009 7:31 am
דורך בעל בית
איינער קען מיך האלפן וויאזוי באקומט מען פריי ליגעטור אן א טרייעל אדער מער ווי 30 טעג?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 24, 2009 12:34 pm
דורך גרוש
nu? ווער קען מיך טין א טובה?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 24, 2009 2:38 pm
דורך זעליג
ABBYY FineReader איז זייער גוט פאר רש"י אותיות.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 24, 2009 4:53 pm
דורך בעל בית
ABBYY FineReader איז פאר פריי אן קאסטן געלט?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 24, 2009 5:22 pm
דורך יהיה כן
ניין, דאס קאסט אסאך געלט ארום 400 דאלער, אבער יאך האבעך מיכעס פארשאפט אן געלט....

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 25, 2009 8:12 am
דורך בעל בית
יהיה כן האט געשריבן:ניין, דאס קאסט אסאך געלט ארום 400 דאלער, אבער יאך האבעך מיכעס פארשאפט אן געלט....


ליגעטור קאסט אויך געלט? אדער דו האסט פאר פריי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 1:01 pm
דורך יהיה כן
........

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 4:04 pm
דורך זעליג
אפשר ברענגסטו אויך ליגעטור?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 5:02 pm
דורך יהיה כן
ליגעטור קען מען דאונלאודען א טרייעל, עס ארבעט ביז 200 עמודים
אבער יאך וואלט ענדערש רעקאמענדירט ABBY וואס איז לענ"ד בעסער ווי ליגאטר
דאונלאועד א טרייעל פון ליגאטור פון דא

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 21, 2009 7:58 am
דורך israel
צי עמעצר האט ליגעטור אויף לשון הקודש, כדי איך אים שיקן א פאר בלעטער און ער וועט איבערדרייען אויף ווארד און וועט צוריקשיקן.

אויב יא שיקט מיר אייער ע.פאסט און איך וועל אייך שיקן די מעטעריאלן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 7:21 pm
דורך למעלה משבעים
א גרויסן יישר כח רב יהיה כן.
בעסער שפעטער ווי קיינמאל...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 11:00 am
דורך אליקים געציל
באקומען אין אימעיל:

גמ"ח המרת קבצים לטקסט [OCR]
לע"נ רבינו הגדול ר' אברהם גנחובסקי זצלל"ה


הגמ"ח נפתח ע"י אחד מאלפי האנשים שקראו קורות חייו של רבינו זצ"ל ונתפעל
מאד מרחבות ליבו לחסד ורחמים על הבריות ונתעורר לפתוח גמ"ח לתועלת הרבים

כמה פרטים בנוגע לגמ"ח:

א. יש לשלוח את הקובץ לכתובת ocrgamach@gmail.com
ניתן לשלוח בכל פורמט נפוץ כגון pdf, jpg, jpeg, tiff, bmp ועוד. וכן אפי' קובץ
וורד המכיל בתוכו תמונות של טקסט.

ב. אנו מבקשים לא לשלוח צילומי ספרים שנדפסו לפני 200 שנה שצורת האותיות
לא מתקרבות לצורת הגופנים המצויים והפענוח בד"כ משובש עד כדי 90 אחוז. וכן
לא דפוסים שהאותיות שבורות וחסרות. כתב רש"י מהשנים האחרונות באפשרותינו
להמיר.


ג. ככל שהסריקה איכותית יותר, כך תהיה רמת הפענוח מדויקת. יש לסרוק ברמת
300 DPI או יותר.

ג. ניתן לשלוח קובץ המכיל עד מאה דפים - ליום. במקרים דחופים אפשר לציין

ד. הגמ"ח נועד בעיקר לד"ת אבל לא רק.

מאמרים שאינם לפי רוח גדולי הדור כמרן הח"ח חזו"א גרי"ז והישיבות הקדושות,
לא יתקבלו להמרה.

ה. ניתן לבקש המרת ספר או מאמר וכדו' לפורמט פי.די.אפ שתהיה בו אפשרות
חיפוש וכמו ספרי 'היברו בוקס'.

ו. "למען נחדל מעושק ידינו" - נא לשלוח רק עותקים שיש עליהם רשות להמרה -
זהירות גזל.

בברכה
בעל הגמ"ח