איינפלאגן איין קאמפיוטער אינעם צווייטען צו באקומען קאנעקשאן

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

איינפלאגן איין קאמפיוטער אינעם צווייטען צו באקומען קאנעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך נוץ א VOIP פאון וואס געווענליך ווערט עס אריינגעשטעקט אינעם ראוטער, דארטן וואו דער קאמפיוטער איז אריינגעשטעקט און עס באקומט בראודבענד כדי צו קענען פונקציאנירן אלס א טעלעפאן.

יעצט אבער האט זיך געמאכט אז מיין קאמפיוטער איז קאנעקטעד ווייערלעסלי צום ראוטער וויבאלד איך האב נישט געהעריג קיין צוטריט צום ראוטער (דעם שכן'ס מיט ערלויבעניש). איז מיר געווארן א פראבלעם וויאזוי דער VOIP פאון וועט ארבעטן ווייל ער האט דאך נישט קיין ווייערלעס טעכנאלאיגע אין זיך.


האב איך געטראכט עס איינצופלאגן אינעם איטערנעט פארט פונעם קאמפיוטער כדי עס זאל 'סאקן' די בראודבענד וואס קומט אריין דורך ווייערלעס אינעם קאמפיוטער אבער עס ארבייט נישט.

דאס זעלבע איז שייך אויב וויל איך קריגן א קאנעקשאן צו צוויי קאמפיוטערס און איינס האט נישט קיין ווייערלעס, זאל איך קענען בלויז איינפלאגן די צווייטע אינעם איטערנעט פארט פונעם ערשטן און ס'וועט אויטאמאטיש באקומען בראודבענד.

איז דא א וועג אנצושטעלן אז די איטערנעט פארט זאל דינען אלס OUTGOING פארט אנשטאט די געווענליכע INCOMING פארט וואס ברענגט די בראודבענד?

עני העלפ איז אפריציאטירט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך ווייס נישט צי עס וועט דיר העלפן אבער פטור בלא כלום נאכן זיך אזוי בעטן אי אפשר
פארשאף א עיטערנעט קעיבל ושמו cross-over
שטעק עס איין אין ביידע קאמפיוטערס און סוועט פון זיך אליין ווערן א נעטווארק יעצט גיי צום ווייערלעס פון די אנדערע קאמפיוטער און שטעל אן אז ער זאל שערן די אינטערנעט מיט די אנדערע קאמפיוטער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איז דעס א "נעטווארק בריזש"?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

איך האב צוויי געדאנקען...

1)פרעג דיין VOIP קאמפעני אויב די קענסט ניצן א wifi טעלעפאון און דורכדעם קאנעקטען.(איך ווייס אז ביי אפאר קאמפעניס ארבעט עס יא און ביי אנדערע נישט)

2) אדער אויב דיין שכן געבט רשות, נעם א twin cordless phone און לייג דער base ביים שכן (מאך עס סיילענט - עס זאל נישט קלינגען) און די צווייטע מיט די טשארדזשער האלט ביי דיר.
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פאטאקי, עשיתי כאשר ציויתני כ'אב פארשאפט א קראסס-אווער קעיבעל (אליינס געמאכט) און ס'ארבעט א מחי'ה!!

האסט נאר פארגעסן צוצולייגן אז ביים שעירן די ווייערלעס קאנעקשאן דארף מען סעלעקטן די געווענליכע פארט פון local area connection.

א ריזיגן דאנק!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווידער א פראבלעם מיט מיין אויבנדערמאנטן פראבלעם.. (אוי ... מלא פראבלעמען)

אלעס ארבעט פיין און וואויל, אבער יעדע וויילע בערך צען מינוט לאמיר זאגן, גיבט זיך די אינטערנעט א האק אפ פאר עטליכע סעקונדן. אין מיין פאל ווערט די פאון אפגעהאקט אינמיטן רעדן.

איך האב דערווייל נישט אנטשידן צי די עצם אינטערנעט קאננעקשאן צום לעפטאפ ווערט אויך אפגעהאקט צי דאס איז נאר צווישן דעם פאון אינעם לעפטאפ.
אבער איך מיין אז יא, ווייל איך באמערק נאך אזא 'אפהאק' אז די פעיזש נעמט שטייט צו לאודן וכדו'. און צומאל באקום איך א פעיזש נאט פאונד.

בקיצור עס איז נאכנישט קיין שלימות, עפעס אין די קושקעס ברויך מען אנדערש אויפסעטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ליהודים
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליהודים »

עס וואונדערט מיך דער גאנצער געדאנק פונעם קראס-אווער. איך האב עס נאך נישט פראבירט דעם וועג. נארמאל טוה איך פשוט: אין ווינדאוס XP גיי איך צו Network Wizard. דארט וועל איך אויס אז דער קאמפיוטער קאננעקט זיך דירעקט און אנדערע קאמפיוטערס קאננעקטן זיך דורך דעם קאמפיוטער.

ביים נעקסטן שטאפל פרעגט דער קאמפיוטער מיט וועלכע קאננקעשן פארבינדסטו זיך דירעקט [וועל אויס דעם ווייערלעס קאננעקשן], דערנאך פאר די "אנדערע קאמפיוטער" [לייען VoIP טעלעפאן] סעלעקט LAN. עס וועט באלד פארמירט ווערן א לאקאלע נעטווארק און דער טעלעפאון וועט זיך לכאורה נישט אפהאקן יעדע צוייטע מינוט.

נאך א מעגליכקייט פארן פראבלעם, אויב דער ווייערלעס אינטערנעט איז א 2.4GHz און אינעם צימער איז פארהאן א קארדלעס טעלעפאן [ביי דיר אדער ביים וואוילן שכן] וועלכע נוצט אויך דעם 2.4 רעינדזש, דאן יעדעס מאל יענץ קארדלעס באקומט א קאלל, גייט דיין אינטערנעט ווערן אפגעהאקט [בדוק ומנוסה :P ]

געוויסע VoIP טעלעפאנ'ס אבער זענען קלוגער זיך צו האלטן קאננעקטעד ביז דער אינטערנעט קומט צוריק....
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פאטאקי08 האט געשריבן:איך ווייס נישט צי עס וועט דיר העלפן אבער פטור בלא כלום נאכן זיך אזוי בעטן אי אפשר
פארשאף א עיטערנעט קעיבל ושמו cross-over
שטעק עס איין אין ביידע קאמפיוטערס און סוועט פון זיך אליין ווערן א נעטווארק יעצט גיי צום ווייערלעס פון די אנדערע קאמפיוטער און שטעל אן אז ער זאל שערן די אינטערנעט מיט די אנדערע קאמפיוטער

היי פאטאקי.
אין מיין יעצטיגע ווינדאוס 7 מאשין האב איך געטון דאס זעלבע ווי אינסטרוקטעד אבער ס'ארבעט נישט.
כ'אב עס געשערט און גענוצט די קראס אווער קעיבל אבער דערווייל קען דער אנדערער קאמפוטער זיך נישט קאנעקטן.

עני איידיע?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א רגע וויאזוי האט די ערשטע קאמפיוטער אינטערנעט?
שרייב תגובה

צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”