בלאט 1 פון 1

עיטש פי פרונטער פראבלעם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 8:40 am
דורך ווייסעך וואס
שוין יארן וואס איך נוץ א עיטש פי P3005X פרונטער צו פרונטען אויף גלאסי 4 קאלאר פעפער, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין שום פראבלעם.

לעצטענס האטצעך מיר געמאכט פראבלעמען מיט'ן פרונטער און איך האב געדארפט טוישן א פיוזער (איך ווייס נישט וואסע מיינט, איך זאג נאך דעם טעקנישאן) זייט דעמאלט מאכט ער מיר גרויס צרות ווען איך פרונט גלאסי Glossy פעפער, די פעפער ווער אויף געבאבעלט.

איך האב שוין ריסעט די פעקטארי סעטינגס, איך האב שוין געטוישט די טעמפרעטאר סעטינגס, אבער ווי צו די וואנט גערעדט.

נאך מער אינטערסאנט; אז נישט ביי אלע פערפער מאכט ער דעי קונצען.

ווער איז דער פראבלעם? דער פרונטער? אדער די פעפער?

ווער קען מיר ביטע העלפן? :-( :-( :-(

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 9:10 am
דורך קאמענטאטאר
און דער טעקנישאן זאגט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 10:13 am
דורך ווייסעך וואס
דער טעקנישאן זאגט אז איך זאל טשעקן צו די פעפער איז רעקאמענדעד ביי עיטש פי, נו גיי ווייס, נעם דיך זוכן א נאדל און א בארג שטרוי.

עס איז אזא אפציעלע תירוץ מיט וואס ער דרייעט זיך ארויס, ווייל ממה נפשך, וואס איז יעצט געזעהן אז עס האט אנגעהויבן צו מאכן די פראבלעמען, איך נוץ שוין דעם פרונטער א שיינע פאר יאר, קיינמאל נישט געוויסט פון קיין צרות...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 12:35 am
דורך בונם דער טרעגער
עס איז ריכטיג קוקטס און אייער פרינטער ביכעל - פאר די רעקאמאנדירטע פאפיר - איך האב געהאט א ענליכע פראבלעם מיט אנדערע מאדעל מיט ענליכע סארט פאפיר - איך האב גערופען HP -זיי האבען געזאגט אז איך זאל ניצען אנדערע סארט פאפיר - און עס האט געהאלפען