בלאט 1 פון 1
סקרין רעזאלושען
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2009 12:18 pm
דורך טייפיסט
איך ווייס נישט צו עס באלאנגט אין הארדוועיר, אבער איך האף דא צו באקומען א תשובה.
איך האב א עיסער לעפטאפ, די עספייער 1, די סקרין רעזאלושען, איז אנגעשטעלט אויף 1024 ביי 600. דאס איז די גרעסטע רעזאלושען, וואס איך קען אנשטעלן נארמאלערהייט.
איך וויל אינסטאלן אדובי אינדיזיין סי עס 3, און די סעטאפ פארלאנג א סקרין רעזאלושען פון 1024 ביי 768.
איז מעגליך ערגעץ אנצושטעלן, אז די רעזאלושען זאל קענען גיין גרעסער ווי מען קען מאכן אין קאנטראל פענעל ?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2009 8:47 am
דורך טייפיסט
איך זעה אז אויף די ערשטע שאלה האבן זיך נאכנישט געמאכט קיין בעלנים צו ענטפערן.
וועל איך פרעגן נאך א שאלה באותו ענין.
איך האב געטראכט אן עצה צו מיין פראבלעם, איך וויל נאר הערן פון די יודעי דבר צו עס וועט מיר העלפן.
איך קען קאנעקטן א גרויסע סקרין צו מיין לעפטאפ, ממילא וועל איך האבן די נויטיגע רעזאלושען וואס פארלאנגט זיך צו אינסטאלן די פראגרעם.
מיין שאלה איז, ווען איך גיי דיסקאנעקטן די גרויסע סקרין פון מיין לעפטאפ, וועט אינדיזיין בלייבן ארבעטען, ווייל עס איז נאר עפעס וואס פארלאנגט זיך בשעת'ן אינסטאלן, אדער עס וועט נישט פונקציאנירן געהעריג אויב עס האט נישט די גרויסע רעזאלושען.
אויב איינער האט א תשובה, צו איינע פון די צוויי שאלות, זאל ער עס ביטע ענטפערן דא.
יישר כח
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2009 10:18 am
דורך קאמענטאטאר
טייפיסט האט געשריבן:איך ווייס נישט צו עס באלאנגט אין הארדוועיר, אבער איך האף דא צו באקומען א תשובה.
איך האב א עיסער לעפטאפ, די עספייער 1, די סקרין רעזאלושען, איז אנגעשטעלט אויף 1024 ביי 600. דאס איז די גרעסטע רעזאלושען, וואס איך קען אנשטעלן נארמאלערהייט.
איך וויל אינסטאלן אדובי אינדיזיין סי עס 3, און די סעטאפ פארלאנג א סקרין רעזאלושען פון 1024 ביי 768.
איז מעגליך ערגעץ אנצושטעלן, אז די רעזאלושען זאל קענען גיין גרעסער ווי מען קען מאכן אין קאנטראל פענעל ?
"די סעטאפ פארלאנגט" מיינט עס גייט נישט ווייטער, אדער דאס איז די רעקאמענדירטע רעזאלוציע ?
ווייל אויב איז עס נאר א רעקאמענדאציע גלויב איך אז די אישו איז נאר דיספלעי, דהיינו עס וועט נישט אויסקוקען נארמאל אויף דיין סקרין, וו.צ.ב.ש. צוזאמגעדרוקטע באטאנס א.א.וו. דעריבער ווען דו וועסט דיסקאנעקטן דיין סקרין וועט עס ארבעטן נאר צומישענד. משא"כ אויב ס'איז א מינומום רעקוויערמענט... ווייס איך נישט.
איך ארבעט נישט אויף אדאבי אבער דאס איז מיין עקספעריענס מיט אנדערע דעזיין סאפטווערס.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2009 11:48 am
דורך באנקיר
קאמענטאטאר האט געשריבן:איך ארבעט נישט אויף אדאבי אבער דאס איז מיין עקספעריענס מיט אנדערע דעזיין סאפטווערס.
נישט אויף אדאבי? אויף וועלכע אנדערע יא, אויב איך מעג פרעגן?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2009 12:30 pm
דורך קאמענטאטאר
Autodask Based
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 12:13 pm
דורך סאדע_באטל
איך האב מיין קאמפיוטער אנגעשטעלט אויף א רעזאלושען פון 1680X1050.
איך האב געטוישט א ווייער וואס גייט פון די מאניטאר צו די סקרין, און איך קען נישט באקומען דער פונקטליכע רעזאלושען, איך קען באקומען גרעסער, אבער די פונקטליכע נומער פון 1680X1050 קען איך נישט האבן.
האט איינער אן עצה וויאזוי איך קען באקומען די נויטיגע רעזאלושען?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 22, 2009 8:21 am
דורך ראמני 08
מיינס איז אנגעשטעלט אויף 1920X1200