בלאט 1 פון 1
מאכן פון וועבקעם א Survailance קעמערע
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 10:31 am
דורך ווער בין איך?
איז דא מעגליכקייט צו מאכן א נארמאלע וועבקעם וואס איז געקומען מיט מיין קאמפיוטער צו א סערוועילענס קעמערע?
אז אפילו ווען מיין קאמפיוטער איז צוגעשפארט זאל עס אפכאפן אלעס וואס טוט זיך?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 4:21 pm
דורך thefact
לויט ווי איך פארשטיי ווילסטו מאכן פון א וועבקעם א Survailance קעמערע (איך האב גאטוישט די קעפל צו דעים - אויב דו מיינסט אנדערש זיידיך בעסער מסביר העמיר עס מתקן זיין)
יעצט צום ענין:
אז דיין קאמפיוטער איז צוגשעפארט ווי וועלן די בילדער גיין?
א וועבקעם האט נישט קיין אייגענע הארד דרייוו.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 5:58 pm
דורך ווער בין איך?
די וועבקעם איז קאנעקטעד צו מיין קאמפיוטער מיט א יו עס בי
איך רעד נישט ווען עס איז צוגעמאכט, נאר צוגעשפארט מיט די ווינדאוס+L באטטאן,
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 1:15 pm
דורך thefact
און וועלכע פראגראם נוצטו ווען דיין קאמפיוטער איז יא אפן?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 2:27 pm
דורך ווער בין איך?
עס קומט מיט עפעס א פראגראם צו כאפן ווידיאוס און פיקטשערס
איך האב געטראפן עפעס א פראגראם (motion detect), אבער עס איז א דעמא און עס גייט נאר פאר 60 מינוט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 5:38 pm
דורך thefact
קודם טרעף א פראגרעם
נאכדעים העמיר שמועסן וועגן ס'זאל ארבייטן ווען ס'איז לאקד
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 10:45 pm
דורך יהיה כן
מיין קאמפיוטער נוצט Windows movie maker (דאס וואס קומט מיט ווינדאוס) פאר די בילט אין וועב קעם און רעקארדערט ווי לאנג איך וויל, מען קען עס אנשטעלן אויף פארשידענע סעטינגס און רעזולושאן'ס
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 8:47 am
דורך ווער בין איך?
איך נוץ יעצט א פראגראם וואס הייסט motion detect אבער עס איז נאר א דעמא, עס ארבעט ווען די קאמפיוטער איז לאקד
און שכוח הרב זאל זיין אזוי שליט"א איך האב נישט געוואוסט אז מיט מאווי מעיקער קען מען עס טוהן, איך גיי עס באלד פראבירן
יישר כח
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 12:26 pm
דורך מאנאגרעמס
איך האב דא מאוווי מעיקער אבער איך האב קיין אנונג וואס איך דארף טון דא. עני העלפ; גרעיטלי עפפרישיעיטעד.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 3:46 pm
דורך מאנאגרעמס
איך האב מיר אנגעשטויסן אין דעם סאפטוועיר, איך פרוביר עס אויס יעצט.
www.nchsoftware.com/software/webcam.html