אדאבי פי די עף רידער פראבלעם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2009 1:00 pm
איך ווייס נישט פונקטליך וואו צו שטעלן מיין פראבלעם, אויב איז שוין דא אן אשכול דערוועגן קען מען דאס צוזאמענשטעלן.
זייענדיג א באנוצער בעיקר אין דעם 'פליטות בית סופריהם' פארום, האב איך אייער-נעכטן ארויף געשטעלט מיין פראבלעם מיט דעם "היברו-בוקס" וועב זייטל דארט אין יענעם פורום. מיין בקשה האט דארט נישט געצויגן קיין אנטווארט, און איך שטיי נאך אלץ אן אומגעהאלפענער. (איין מעמבער דארט, ו-SCY שמו, האט זיך יא ווארים אנגערופן. תשוח"ח לו).
למעשה האב איך היינט אינדערפרי אריינשפאצירט אין היידפארק צום פארום פון 'ספרים וסופרים', אינעם אשכול וואו מ'רעדט איבער דעם וועב זייטל היברו-בוקס, און צו מיין גרויס וואונדער מערק איך ווי נאך איינער באקלאגט זיך דארט איבערן זעלבן פראבלעם. דער שואל דארט האט געקריגן א תשובה פון א מיטגלידער וועלכע ליינט זיך כזה:
אין אידיש גערעדט: אויב באניצט מען זיך Adobe Reader Ve. 8 אדער 9, דאן מאכט דער פתח-בדפדפן אפציע אויפן וועב-זייטל פראבלעמען. יענער דארט פארענדיגט, אז די וואס באניצן זיך מיט'ן 8 ווערזשן דארפן עפעס צוזאמשטעלן דעם פונקציאנירנדן ווערזשן צום ווערזשן 7. ע"כ ההעתקה.
מה זה? וואס און וויאזוי מאכט מען דאס?

בעיקרון כל קובץ פידיאף אמור להיפתח לך בתוך הדפדפן ואתה יכול לדפדף בו. אם נפתח לך הקובץ כל פעם ביישום חיצוני הבעיה היא או בהגדרות הדפדפן שלך או הגיוני יותר בכך שיש לך אדובי רידר (המכונה בלשון העם אקרובט) גירסה 8 או 9, שבהם התוסף של הדפדפן פגום. בעיקרון אתה צריך לשלב בין גירסה 7 לגירסה שלך, ההסבר איך לסדר את זה הוא קצת ארוך ומסובך ותפנה אלי באישי, אשתדל לענות לכשאוכל.