בלאט 1 פון 1

וועלכע פראסעסער איז בעסער אינטעל אדער AMD?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2009 8:46 am
דורך פויער
איך רעד פון צוויי פראסעסערס וואס האבן די זעלבע ספיד למשל דואל קאור 2.2 גיגא הערץ, אינטעל קאסט מיט 80 דאלער מער

לוינט זיך צו צאלן נאך 80 דאלער צו האבן א פראסעסער וואס הייסט אינטעל מאכט עס טאקע אזא חילוק אדער עס פעלט נישט אויס עס איז נאר די נאמען

איך דארף עס וויסן וויכטיג ממש שוין ווער עס האט א אהנונג אין די זאכן זאל ביטע ענפערן און מסביר זיין

יישר כח למפרע

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2009 12:53 pm
דורך וועלטסמאן
איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז אינטעל ווערט נישט אזוי הייס, און ממילא ארבעט די פען אויך ווייניגער איזעס שטילער

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2009 2:15 pm
דורך שוועמל
אלע IT חברה גייען מיט אינטעל.
קיין איין פרא. נעמט נישט קיין AMD.

און אינטעל אליינס האט צענדליגער לעוועלס, שטייצעך

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 4:39 am
דורך פויער
איך האב געמאכט א זיך אין גוגל עס איז דא אסאך חילוקי דעות אין דעם

עניוועי למעשה האב איך גענומען א אינטעל

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 10:25 am
דורך DONE
נישט אלעס האט מיט ספיד

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 11:31 am
דורך חידוש נפלא
פאר איך האב געקויפט מיין קאמפיוטער האב איך מיך זייער גיט נאכגעפרעגט ביי גאר אסאך און אלע עקספערטן האבן מיר געזאגט אז AMD איז א ברכה לבטלה און עס לוינט זיך נאר צו נעמען אינטעל, ענליכע ווערטער האב איך געהערט פון א סטאר וואס פארקויפט קאמפיוטערס