איך רעד פון צוויי פראסעסערס וואס האבן די זעלבע ספיד למשל דואל קאור 2.2 גיגא הערץ, אינטעל קאסט מיט 80 דאלער מער
לוינט זיך צו צאלן נאך 80 דאלער צו האבן א פראסעסער וואס הייסט אינטעל מאכט עס טאקע אזא חילוק אדער עס פעלט נישט אויס עס איז נאר די נאמען
איך דארף עס וויסן וויכטיג ממש שוין ווער עס האט א אהנונג אין די זאכן זאל ביטע ענפערן און מסביר זיין
יישר כח למפרע
וועלכע פראסעסער איז בעסער אינטעל אדער AMD?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7216
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
עס קוקט אויס פיינע נייעס פאר AMD, ווען נאך זייער לעצטער רעליס פון א סעט פון נייע פראסעסערס, לעצטע חודש, האבן עטליכע אנגעמערקט אז ביי עמעזאן'ס האט ניו אייטעם ליסטע (וועלכע ליסטעד יעדע שעה גוט גייענדע אייטעמס וואס זענען נארוואס ארויס פון דרוק) זענען AMD פראסעסערס (סיי די ביליגערע וואס איז בערך אן איי פייוו אדער בעסער) און סיי דער מעכטיגער (טויזענט דאלער'דיגע וואס קאמפיט מיט אינטעל'ס 12-15 מאות'דיגע) זענען די צוויי ערשטע אינעם ליסטע!
דאס ברענגט האפענונג אז עס קומט נאך גוטע צייטן פון עכטע קאמפעטישן (וואס ברענגט אינאוועישאן און ביליגערע פרייזן) אינעם פראסעסער מארקעט נאך יארן וואס אינטעל איז געווען דער אינדעספיוטעבעל קעניג.
דאס ברענגט האפענונג אז עס קומט נאך גוטע צייטן פון עכטע קאמפעטישן (וואס ברענגט אינאוועישאן און ביליגערע פרייזן) אינעם פראסעסער מארקעט נאך יארן וואס אינטעל איז געווען דער אינדעספיוטעבעל קעניג.
- אטעטשמענטס
-
- amdintelamazon.png.cf.jpg (65.19 KiB) געזען 2930 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]