Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

OCR וויאזוי איבער פירן א pdf צו word

זונטאג ינואר 06, 2008 2:19 am

OCR פראגרעם

האט איינער עפעס מער אינפארמאציע איבער די נייע OCR פראגרעם, יא דאס וואס די אוצר החכמה נוצט לעצטענס צו קאווערטן ספרים פון פדף אויף טעקסט. ווי אויך ביי היברובוקס.ארג, האב איך באמערקט אז זיי האבן צוגעלייגט צו זייערע אפציעס סירטש דורך אסר, און עס איז עפעס געוואלדיגט.
האב איך געסירטשעט אויף גוגל און אראפגעלאודט עפעס א טרייעל פון אסר, אבער עס איז נאר אויף ענגליש, עס האט נישט קיין היברו, אבער אויף ענגליש איז עס געוואלדיג. איך האב ספעציעל אויפגעזוכט א אלטען צוהקטען פי די עף, וואס אפילו אדובי 8 האט נישט געקענט קאנווערטן (די נייע אדובי ארבייט זייער גוט אויף ענגליש), און איך מוז זאגען: איז עס געוואלדיג! נישט נאר וואס עס האט מיר קאנווערט אויף טעקסט, עס האט אפילו נאכגעמאכט די אויסשטעל פונקט ווי אויפן ארגינאלען צעטל, ממש נישט צום גלויבען.
אויב איינער ווייסט ווי מען קען שאפען דעים פראגראם אויף היברו זאל ביטע מיטטיילען. ולמצוה גדולה יחשב

Advertisement

פרייטאג ינואר 11, 2008 1:38 am

איך האב דאס אמאל גענוצט עס האט פיין געארבעט
http://www.irislink.com/c2-480/Readiris ... GgodwHx23A

איך האב געגעבן א קוועטש אויף גוגל אין איך זע אז עס איז דא אסאך פראגראמעם
http://www.google.com/search?hl=en&sa=X ... ew&spell=1

פרייטאג ינואר 11, 2008 1:37 pm

ווי קום איך אן צום דאונלאוד פעיזש?

שבת ינואר 12, 2008 11:20 pm

READIRIS
איז פון די בעסטע אויף היברו
עס קאסט אבער טויזענט דאלאר

זונטאג ינואר 13, 2008 12:53 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:READIRIS
איז פון די בעסטע אויף היברו
עס קאסט אבער טויזענט דאלאר
אויפ זייער סייט זע איך אז עס קאסט 59.99 ווי ביסטו אנגעקומען צו טויזענט?

מיטוואך מרץ 12, 2008 4:44 pm

עס איז מיר יעצט זייער שטאק נוגע.. איך ברויך האבן אזא פראגראם פאר אידיש אז נישט דארף איך איבער טייפן געטייפטע פעדטשעס אבער נישט איינס אין נישט צוויי נאר אפאר שעה טיייפן ווער האט נישט קיין רחמניות אויפ מיר?
געטס מיר א סאפטווער וואס קאנווארט מיר די געסקענטע צעטלעך אין ביז אפאר מינוט בין איך פארטיג...

נו ווער ווייסט פון אזא פראגראם?

(איך בין גרייט צו צאלן געלט פאר ווער עס שטעלט מיר דאס צו. אבער נאר ביז היינט נאכט זיבן אזייגער שארף ווייל בערך דעמאלט גייט מען זיך נעמען טייפן בעזהשי"ת אויב איך וועל נאך נישט האבן די פראגראם)

מיטוואך מרץ 12, 2008 8:53 pm

סישוין נאך זיבענער, אבער דאס בעסטע וואס איך ווייס איז 'ליגטורה'.
קוק דא:
http://www.ligatureltd.com/english/1_ce.htm

או סי אר OCR

פרייטאג דצמבר 05, 2008 11:56 am

איי עם סאו סאררי אבער איך האב פארגעסן די נאמען פון דער פיטשער
אבער איך זיך א פראגראם וואס קען מאכן טעקסט פון א זאך וואס איך סקען אריין, אידיש מיט ענגליש, - בחינם
ווייסט איינער אפשר אויב עס איז דא אזאנס בחינם?

פרייטאג דצמבר 05, 2008 11:58 am

דו מיינסט אוודאי OCR וואס קען עפענען אידיש אויך?

פרייטאג דצמבר 05, 2008 12:02 pm

http://www.tichnut.de/jewish/yiddishocr.html

פרייטאג דצמבר 05, 2008 12:10 pm

באנקיר - ארפכשד
אה, ocr. שכוח גדול באמת
איך האב עס דאנלאודעד און איך גיי עס באלד טרייען

פרייטאג דצמבר 05, 2008 12:13 pm

נאכדעים ווי דו האסטעך דערמאנט איז דער קעפל געטוישט געווארן

פרייטאג דצמבר 05, 2008 12:22 pm

יישר כח "באנקיר" פארן מהנה זיין דעם עולם (נאר א באנקיר קען טיילן פראגרעמס בחנם), איך האב נאר איין פראבלעם דערמיט, דהיינו ווען איך גיי אריין אין מיינע פעקס פייל(וואס קומט אוטאמאטיש אריין אין קאמפיוטער) זעה איך נישט קיין שום אפשן עס צו עפענען מיט OCR.

א עקסטרע דאנק פאר "ווער בין איך"! א דאנק דיר האב איך עררייכט דער פראגרעם וואס איך זיך שוין לאנג...

מאנטאג דצמבר 08, 2008 8:38 pm

כ'האב געהאט אינסטאלירט דעם פראגראם מיט א צייט צוריק, אבער כ'האב עס ארויסגעווארפן נאך א שעה. עפעס האט זיך נישט אויסגעארבעט דערמיט.

מאנטאג דצמבר 08, 2008 8:54 pm

ביי מיר ארבעט עס גאנץ פיין ב"ה. יישר כוח

מאנטאג דצמבר 08, 2008 9:02 pm

מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן אין קרעטשמע, ביי מיר האט עס נישט געארבעט, אזוי ווי ביי מאשקע, ס'עפעס.

מאנטאג דצמבר 08, 2008 10:18 pm

עס איז אלטער פראגראם אבער ס'ארבעט, מען דארף כסדר ריסעטן דורך 'מעניו' צו אידיש-ענגליש אדער פארקערט און שרייבן די אנהויב פונעם ווארט ביז עס שפרינגט ארויף ערגעץ אויפן בלאט די ווארט וואס די זוכסט.

דינסטאג דצמבר 09, 2008 12:00 am

דא האט מען גערעדט דערפון.

OCR אין אידיש

מאנטאג פבואר 23, 2009 2:18 pm

כ'דארף וויכטיג האבן אפאר בלעטער פון א ספר געסקענט אויף טעקסט. האט איינער אפשר א אידישע OCR פראגרעם און וואלט דאס געקענט טוהן פאר מיר? כ'קען ביישטיין צו צאלן דערפאר.

מאנטאג פבואר 23, 2009 2:32 pm

אדובי פראפעשענעל 8.0

מאנטאג פבואר 23, 2009 9:56 pm

שלום עליכם הרב פאטאקי שליט"א
ווי איז דא אזא אפשאן???

מאנטאג פבואר 23, 2009 10:09 pm

יא איך האב

מאנטאג פבואר 23, 2009 10:15 pm

Readiris Pro 11
די דאקמענט מיז זיין גלייך און ער כאפט אויף צומאל 90 פרעצענט

מאנטאג פבואר 23, 2009 10:31 pm

חיים ברוך זיי מיר מודיע (דא אדער אין אישית) וועלכע ספר די דארפסט סקענען, קאן זיין אז סידא אין אוצר החכמה זיי האבן א בילט אין OCR אויף זייער אסאך ספרים

דינסטאג פבואר 24, 2009 6:35 pm

איז דא אזא אפשאן אין עקראבאד פראפעשענעל 8
שרייב א תגובה

Advertisement