בלאט 1 פון 1

די בעסטע און שנעלסטע קאמפיוטער, ווער ווייסט?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 12:02 pm
דורך בען בלישעם
איך וויל קויפן א נייע [דעסקטאפ] קאמפיוטער און איך וויל נישט קויפן אבי געקויפט.

איך וועל עס דארפן האבן צו עפענען שווערע פיילס און פראגרעמס, א שטייגער ווי אדאובי פאטאשאפ.

סאו פרעג איך ענק, וואסערע קאמפיוטער [ווינדאוס] איז די בעסטע און שנעלסטע? איך קען באשטיין צו גיין ביז $1200.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 12:43 pm
דורך שוועמל
די בעסטע קאר, די בעסטע סעלפאון, די בעסטע ווייב... וואס נאך דארפסטו די בעסטע?

נישט קיין וויסטע, מיט א אינטעל קאר 2 דאו פראסעסאר פון לפחות 2מהז, מיט א 2 גב רעמ, מיט א גוטן נווידיע גרעפיק קארדס ווי שלעכט קען עס זיין?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 12:58 pm
דורך בען בלישעם
די מעשה איז אזוי, איך בין שוין מיד פון 'נישט' זוכן די בעסטע. זיך שוין אפגעבריהט. שטייסט?
(די בעסטע ווייב... כאקיינמאל געזאגט...)

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 1:11 pm
דורך יודל מענדלזאהן
יעדע דעסקטאפ קאמפיוטער צוזאמשטעל וואס דו וועסט טרעפן אין קאסטקאו, בעסט ביי, וכו' אין די געגענד פון $1000, וועט קלעקן פאר אלע דיינע באדערפענישן. מאך נאר זיכער אז עס האט א גוטע 3 גיגעבייט רעם, און דו קענסט זיין זיכער אז עס וועט באהאנדלען דיינע גראפישע באדערפענישן על צד היותר טוב.

די פרייז רעכנט געווענליך אויך אריין א שיינע דיגיטאלע ברייטע-סקרין LCD פון 20 אינטש און מער, כאשט געוויסע גראפישע עקספערטן שווערן זיך ביי די אלטע גראב-גופ'יגע CRT סארט אז עס פאפט נישט ביי די קאלירן פון בילדער.

א צווייטע אויסוועג איז צו קויפן א ביליגערע קאמפיוטער, און ווארטן נאך א האלבע יאר ביז ווינדאוס 7 קומט ארויס מיט די טאטש סקרין און אנדערע נייע טעכנאלאנגיע און דאן קויפן א נייע. פאטאשאפ וועט דאך ממילא מוזן ארויסקומען מיט אן אפדעיט אזוי ווי ביי וויסטע.

אויב דו ווילסט דוקא, דאן גיי צו Pcworld אדער pcmag און קוק דארט ביי די ריוויוס וועלכע זיי האלטן איז גוט. פארשטייט זיך אז עס זענען דא צענדליגע אזעלכע סייט'ס, אבער אין לדבר סוף.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 1:24 pm
דורך ביזנעסמאן
האלא! ר' יודל, איר זענט נאך דא???
איך זעה אז איר קענט זיך אויס אין די טעמע פון מאניטערס, אפשר העלפסטו מיר ביטע?
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 1:33 pm
דורך פריץ
דזשאסט געווען א אשכול דערוועגן


קויפן א קאמפיוטער וואס ווען ווי

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 2:14 pm
דורך Tech
שוועמל האט געשריבן:די בעסטע קאר, די בעסטע סעלפאון, די בעסטע ווייב... וואס נאך דארפסטו די בעסטע?

נישט קיין וויסטע, מיט א אינטעל קאר 2 דאו פראסעסאר פון לפחות 2מהז, מיט א 2 גב רעמ, מיט א גוטן נווידיע גרעפיק קארדס ווי שלעכט קען עס זיין?


יא א וויסטע מיט א AMD x3 [סאיז פשוט ביליגער], מיט 3 אדער 4 גב רעם, ווי שלעכט קען עס שוין זיין

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 2:31 pm
דורך שמן זית
קענסט גיין צו סיי וועלכע אידישע קאמפיוטער סוחר און זיי אים מסביר וואס דו דארפסט און ער וועט דיר ארויסהעלפן אבער זאג אים
INTEL PROCESER MINIMUM 3 GB RAM MEMORY ABOUT 250 GB HARD DRIVE ער זאל זעין אז דו ווייסט בערך וואס דו זיכסט
אין ווילאמסבורג:
אליעזר טעלער 9173633181
ק''י:
EXUTIVE COMPUTERS
8455585652
אין אנדערע שטעיט ווייס איך נישט קענסט דיר נאכפרעיגן ביי די יודעי דבר

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 5:31 pm
דורך פאטאקי08
דאכצעמער אז אויב די ווילסט עס ניצן פאר אדובי פאטאשאפ
איז עפל זייער גוט פאר דיר
כך שמעתי

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 12:25 am
דורך שוועמל
עפל איז גוט אבער עס איז נישט קאמפעטיבעל מיט די אלע פראגראמס און שמיטשיווקעס וואס די ווינדאוס האבן.

טעכה;
ס'יז הכל מודים אז אינטעל איז פול בעסער פון AMD. טא פארוואס זיך טענה'ן.
און וואס וויסטע מיט וויסטע?, איך האב געהאט צוויי און צוריקגעפלויגן צו XP, עס איז שרעקליך ANNOYING די גאנצע זאך דארטן און אלעס ארבעט שטייטער. כ'אף מיט ווינדאס 7 וועט ער זיך פארבעסערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2009 4:29 am
דורך וועלטסמאן
די שטודיעס וויייזן אז די שנעלסטע ווינדאוס XP קאמפיוטער איז א מעק פון עפל

מיר דאכצעך אויך אז AMD איז בעסער, שוועמל ביטע ווייז ווער און ווי זענען דעי הכל מודים