בלאט 1 פון 1

א פראגרעם ווי מען מאכט א יחוס

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 2:02 pm
דורך אךשמח
איך זוך א פראגראם וואס זאל מיר העלפן אויסצושטעלן א מאפע אויפן קאמפיוטער אזוי ווי א יחוס בוים.

קען זיין אז מען קען צו דעם נוצן א געווענליכער עקסעל בלעטל אדער א צווייטער פראגראם. איך בין אבער אביסל א מן הארץ אין די זאכן, דעריבער פרעג איך דא אן און זיכער וועט איינער פון דא קענען ארויסהעלפן אין די זאך.

ישר כח.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 2:29 pm
דורך אלף בית
סאיז דא א סייט ס'הייסט myheritage.com פון דארט קען אראפלאודן א פראגרעם סהייסט פעמלי טרי בילדער ספעציעל צו אויסשטעלן יחוס ביימער
http://www.myheritage.com/family-tree-builder

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 8:47 pm
דורך אךשמח
מיר זעט עס אויס ווי בילדער, וואס איז נישט קיין שלעכטע איידיע און א ישר כח פאר דיין לינק, אבער איך וויל בעיקר שרייבן לויט די נעמען.

א פראגרעם ווי מען מאכט א יחוס

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 08, 2009 11:41 am
דורך ענדעמעם
איך זוך א פראגראם אדער אפשר איז דא א וועג אויף עקסעל אויסצושטעלן א יחוס, באקסעלעך מיט ליינס וכדו'.

ווער עס ווייסט אין גרייט צו העלפן, ביטע לאזט וויסן.

ייש"כ.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 08, 2009 12:14 pm
דורך קעלנער

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 9:53 pm
דורך ביקסאד
myheritage איז א פראגראם פאר אום זינסט,
וואס קאן ארבעטען אויך אויף לשון הקודש, די מעלה דערפון איז איבעריג ארויס צו שרייבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 8:19 am
דורך 3x0
ביקסאד, קען מען פרינטן אויך אויף לשון קודש? איך האב עפעס נשיט מצליח געווען ווען איך האב געטרייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 8:20 am
דורך ענדעמעם
ביקסאד האט געשריבן:myheritage איז א פראגראם פאר אום זינסט,
וואס קאן ארבעטען אויך אויף לשון הקודש, די מעלה דערפון איז איבעריג ארויס צו שרייבן.


ייש"כ.

איך האב געזעהן אז מען קען זיך ארום שפילן אנליין. (איך זעה נישט אז מען זאל דאס קענען דאונלאודען). אויך אנליין קען מען אינגאנצן צוויי מאל "אויסשטעלן" א יחוס בוים פרינט, דערנאך קאסט עס שוין געלט.

ווייסט איינער פון א פרי פראגראם וואס איך זאל קענען אריינליין די גאנצע אינפאו, אין דערנאל זאך איך דאס קענען קאנווערטן צו א PDF למשל אין קענען פרינטען וויפיל איך וויל?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 8:40 am
דורך 3x0
דא קענסטו עס דאונלאודן. http://www.myheritage.com/family-tree-builder

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 9:06 am
דורך יאנאש
wow שכוח חברה, איך מוטשע מיך שוין מיט גיני פאר א יאר צוויי (גאנץ כלל ישראל איז מיר געווארן נאנטע קרובים...) עס איז נישט געמאכט פאר אידישע קינדער, איצטערט מיט העריטעדש זעהט אויס העמער קאנען זיך בעסער אויסקומען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 10:24 am
דורך 3x0
יאנאש, דא האט מען שוין געברענגט די לינק צו הערעטידזש.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 12:25 pm
דורך יאנאש
אה, זעהט אויס אז איך האב יענס פארזעהן, עניוועי, איך האב מיך אביסל ארומגעשפילט דערמיט פריערט, עס איז נישקשה.

וויאזוי שטעלט מען צאם צוויי פרופייל'ס, למשל מיין קלענסטע ברודער שלמה איז אן איידעם ביי מיין עלסטע ברודער זעליג, דאס הייסט אז דער שלמה זון איז צוויי מאל אן אייניקל פון זעליג'ן, וויאזוי ענטערט מען דאס?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 6:19 pm
דורך מאשקע
איז עס למעשה אומזיסט אדער ס'קאסט?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 6:33 pm
דורך יאנאש
עס איז פאר פרי, זיי האבן א ווערסיע וואס קאסט געלט, איך ווייס נישט וואס עס טוט מער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 6:49 pm
דורך מאשקע
ער זאגט דאך אז מ'קען פרינטן נאר צוויי מאל. דו האסט געקענט מער פון דעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 7:33 pm
דורך היימישער איד
א שעינעם דאנק! איך זוך שוין אויך לאנג אזא פראגראם.

דזעני איז נישט גוט! ואכמ"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 7:48 pm
דורך יאנאש
כאב נאכנישט פרובירט צו פרינטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2009 5:49 pm
דורך מאשקע
דער פראגראם איז געוואלדיג. ספעציעלע מעלות פאר אידן און אידיש. מורא'דיג גוט אויסגעארבעט פאר דעם צוועק און זייער גרינג צו נוצן.

דער פראגראם בעצם איז בחינם, און רוב זאכן קען מען טון אן קיין באגרעניצונג. אויסער פרינטן דעם "גאנצן" בוים פונעם יחוס, וואס דאס קען מען נאר מיט פרימיום מעמבערשיפ פאר 7 דאלאר א חודש, דארף זיין באצאלט פון פאראויס פאר א יאר. אנדערש איז עס אביסל טייערער.

אויב וויל מען נישט צאלן קיין מעמבערשיפ, איז דא די ברירה צו פרינטן דורך זייער וועבסייט פאר איין דאלאר א בוים. ס'ווערט געבילט צום סעלפאון אקאונט און מ'דארף נישט ארויסנעמען א קרעדיט קארד פון טאש. זייער פראקטיש און צוגענגליך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2009 6:27 pm
דורך למדן
ענדעמעם האט געשריבן:איך זוך א פראגראם אדער אפשר איז דא א וועג אויף עקסעל אויסצושטעלן א יחוס, באקסעלעך מיט ליינס וכדו'.

ווער עס ווייסט אין גרייט צו העלפן, ביטע לאזט וויסן.

ייש"כ.


ווי איך זעה ביזטו שוין סייווי א "געהאלפענער" דורך די אנדערע חברים דא, אבער לגבי דעם וואס דו פרעגסט איבער א וועג אויף עקסעל, איז דאס זייער גרינג צו מאכן, מיט באקסלעך מיט ליינס אין עקסעל.

איך דארף אפירזוכן צווישן מיינע ארכיוון וואס איך אליינס האב אמאל אנגעפאנגען אזוי אויף עקסעל טאקע מיט באקסלעך און ליינס, דאס איז געווען נאך איידער איך האב אנגעפאנגען מיט די פארשידענע פראגראמען [טאקע וואס אנדערע חברים דא האבן געלינקט]

אבער אויב איך וויל עס טרעפן, וועל איך זיך אביסל ארומשפילן דערמיט און אויסליידיגן די נעמען דערפון, און פרובירן צו פאוסטן דא אזא ליידיגע עקסעל ספרעדשיעט, וואס האט שוין די ליינס און באקסעס אויסגעשטעלט, פאר זיידעס און עלטער זיידעס וכו',

פארשטייט זיך אז נישט ביי אלע משפחות זענען די באקסלעך און די ליינס אייניג אויסגעשטעלט, צב"ש ביי אונזער משפחה האט מען זיך עטליכע מאל משדך געווען, ממילא האב איך געהאט נאך א שווערערן פראבלעם אויסצושטעלן אזוי אז איך זאל מיט א דור/צוויי ארויפציר קענען צוזאמברענגען צוויי ברודער וכדומה, אזוי אז דאס קען נישט זיין קיין טעמפלעט פאר יעדן, אבער עס קען דיר אפשר געבן אן איידיע וויאזוי עס צו מאכן ווען מ'האט זיך עטליכע מאל משדך געווען.

בכל אופן זענען די פארטיגע פראגרמען דאך פיל בעסער, ואכמ"ל

איך זוך צו מאכן א יחוס בוים

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:14 pm
דורך גליטשעדיג
איך זוך א פאסיגן פראגראם צו קענען מאכן א יחוס בריוו פאר מיין משפחה, איך זאל אריינלייגן אלע אינפארמאציע פון די טאטעס זיידעס באבעס קינדער און אייניקלעך, און דער פראגראם זאל מיר ארויסגעבן א בוים מיט אלע נעמען, איך ווייס אז ס'איז דא פארשידענע אויפ'ן מארקעט, אבער וועלכע איז די מערסטע פאסיג פאר די אידישע שפראך וכו'.