קויפן א קאמפיוטער - וואס ווען ווי און וואו?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

קויפן א קאמפיוטער - וואס ווען ווי און וואו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

זוכענדיג א קאמפיוטער צו קויפן האב איך מיר באגעגנט מיט פארשידענע אפציעס וואס איך וואלט זייער געוואלט וויסן וואס דאס מיינט און וואס עס וועט מיר צוגעבן, איך וועל דא אראפברענגן די ליסטע און ווער עס קען זאל ביטע מסביר זיין.

1) cpu
2) ram
3) internal drive
4) external hard drive
5) standard maximum memory (ddr2) (sdram
6) bus speed

אויב קען איינער ביטע נעמען די מיה און עס "קלאר" אויסשמועסן וועל איך אים שרייבן א "ריזיגע שכוח".
אויב איז דא עפעס וואס איך האב אויסגעלאזט פליז צולייגן.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

1) cpu
אין אונזערע שפראך ווערט דאס גערופן די "פראסעסער". (חוץ אויב דו מיינסט נישט דאס)
דער פראסעסער איז בעצם איינער פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פונעם קאמפיוטער, דען דאס פינקציאנירט דעם קאמפיוטער. בעסער געזאגט, דאס גיבט די עלעקטאראנישע קראפט פארן קאמפיטער צו לויפן.
2) ram
ראם איז די מאס מעמארי וואס דער קאמפיוטער ניצט צו לויפן. דאס הייסט, וויפיל פראגרעמס קענען זיין אפן אויף איינמאל און נישט פארשטאטערן די שנעלקייט.
היינט קען מען שוין באקומען דוכט זיך ביז 4 ג'יג רעם-מאמארי, וואס דאס מיינט אז דער קאמפיטער קען אויפאיינמאל האבן 20 פראגרעמס לויפן, און עס פארט נישט שטאטער.
3) Internal Drive
מאגאזין פלאץ. וויפיל מעמארי דער קאמפיטער האט פאר סטארעדש. א דורכשניטליכע קאמפיטער קומט שוין היינט מיט 250 ג'גג מעמארי, מען קען אלעמאל צוקויפן נאך. (מיין הארד-דרייוו למשל איז א 500'דערטע)
4) External
דאס איז א דרויסענדיגע הארד דריוו וואס דינט די זעלבע מטרה ווי אן internal, דערחילוק איז נאר אז עס זיצט אויפן טיש, און דו קענסט עס מיטנעמען מיט דיר.
עס ווערט עפ"ר געניצט פאר בעק-אפ.
5-6 קוקען שוין אויס צו זיין פון די נייע גענעראציע, דען דאס זענען זאכן וואס איך קען נישט (אויסער אויב דו רופט עס אן מיט נעמען וואס איך בין נישט געוואוינט דערצו)
עס זענען זיכער פארהאן נאך זאכן.
1. screen card
ווי שטארקע קאלירן און קלאר דער קאמפיטער זאל ארויסגעבן צום סקרין.
2. voice card
די קארטל פארן קול פונעם קאמפיוטער. (נישט קיין גרויסער נפ"מ)

צום שלוס וויל איך אויסשמועסן א נקודה, אז ס'איז זייער וויכטיג אויף וואס פאר א באניץ דו דארפסט דעם קאמפיטער ווייל יעדער איינער ברויך עפעס אנדערשט.
אויב קענסט זאגן אויף וואס פאר א צוועק בערך דו דארפסט דיר וועל איך דיר קענען פראבירן אנציווייזן וואס דו דארפטס האבן.
אויב איינער האט עפעס וואס צוצולייגן אויף מיינע ווערטער איז מוכן ומזומן.
תורה איז די בעסטע סחורה.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

ביזנעסמאן ביסט גערעכט סווענט זיך פאר וואס מען ניצט עס רעם איז געווענטליך די ווכטיגסטע

סהאט מיר געזאגט א פראגרעמער אז אויב מען האט וויסטא איז פיר גיגא מעמארי איקוואל צי צוויי גיגא פין עקס פי
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

שכוח
לעצט פארראכטן דורך קאמפיוטערנייעס אום מיטוואך מארטש 25, 2009 12:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

1 מיט 6 פון wildturkey איז די זעלבע
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

CPU
איז די פראסעסער און די בעסטע פאר א האום ענד אפיס קאמפיוטער איז היינט א QUAD פראסעסאר

מעמארי
ווידאויס עקס פי אקצעפטירט ביז פיר גיג (נישט מער נאר אויב מען האט א 64 ביט קאמפיוטער)
וויסטע ווייס איך נישט אבער ווי אויבן דערמאנט דארף מען זיך רעכענען אז איין גיג מעמארי ביי עקס פי איז ווי נישט מער ווי א האלבע גיג ביי וויסטע
איך רעד נאר פון א האום ענד אפיס

BUS SPEED
מיינט ווי שנעל עס גייט אריין די מעמארי אין די RAM אריין און ארויס
למשל אויב איינער האט א גרויסע פלאש אבער סהאט זייער א קליינע עפענונג האט ער כמעט נישט אויפגעטוהן מיט האבן א גרויסע פלאש ווייל סנעמט סייווי לאנג ביז ווען עס גייט ארויס און אריין

יעצט איך וואלט נישט רעקאמענדירט צי קויפן א וויסטע
נאר עקס פי און אויב מעגליך צאל צי נאך א הונדערטער סזאל זיין פראפעשינעל און נישט האום

בעיקר דארף מען געדענקען אז א קאמפיוטער קויפט מען נישט יעדן טאג
און ווען מען קויפט שוין יא זאל עס שוין זיין א גוטע
למשל אז די רעכענסט אז די דארפסט א הארד דרייוו פון 160 גיג איז דיר גענוג,קויף א 250 גיג אויב רעכנסטו 250 קויף 500
ווייל מיט א קאמפיוטער קען מען זיך נישט אויסרעכענען און ביז א יאר צוויי וועסטו דארפן מער ספעיס אבער א נייע וועסטו נישט קויפן אזוי שנעל נאכאמאל
די זעלבע איז מיט די ספיד וכדומה
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

א ריזיגן שכוח פאר אלע וואס האבן אראפגענומען פון ענקערע טייערע צייט מסביר צו זיין פאר מיין מוח'ל די אלע ענינים.

קאמפיוטערנייעס האט געשריבן:נומבער 5 פון wildturkey איז איין זאך מיט די רעם עס ווענדעט זיך וואסערע רעם די האסט


דאס איז וואס וואונדערט מיר אביסל, ווייל ווען מען רעדט פון ram שטייט אסאך מאל די נאמבערס לויט gb-mb, און אסאך מאל זעט מען אז מען רעדט לויט MHz-GHz?
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

וואס טוט אז איד ווי איך וואס האט ניאטמאל אזעלכע שאלות ווי טערקל, איך דארף גאר נייטיג קויפן א קאמפיוטער, און איך האב נישט קיין אהנונג ווי מען הייבט אן און ווי מען ענדיגט, וואס איז ביליג און וואס איז טייער.

ווער עס קען מיר געבן עטוואס ראט, למצוה גדולה יחשב.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

געטוישט דאס קעפל צו "קויפן א קאמפיוטער וואס ווען ווי"
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

אויף דעם קוק איך יעצט:

Vostro 220 Mini Tower - Vostro 220 Mini-Tower, Genuine Windows Vista® Home Basic, Service Pack 1
Unit Price: $699.00
Quantity: 1
Total Price: $699.00

-- Vostro 220 --
-- Vostro 220 Mini-Tower
-- [224-0778]
-----------------------
-- Processor --
-- Intel® Core蒂 2 Duo E7300 (2.66GHz, 3M, L2Cache, 1066FSB)
-- [311-9244]
-----------------------
-- Memory --
-- 2GB Dual Channel DDR2 SDRAM 800MHz - 2DIMMs
-- [311-9305]
-----------------------
-- Keyboard --
-- Dell USB Keyboard
-- [330-1568]
-----------------------
-- Monitors --
-- Dell 20 inch Widescreen 2009WFP UltraSharp™ Digital Flat Panel Display
-- [320-6391]
-----------------------
-- Video Card --
-- Integrated Video, Intel® GMA X4500HD
-- [320-7113]
-----------------------
-- Primary Hard Drive --
-- 250GB Serial ATA Hard Drive (7200RPM) w/DataBurst Cache蒂
-- [341-7601]
-----------------------
-- Media Reader --
-- No Media Reader
-- [341-7599]
-----------------------
-- Operating System --
-- Genuine Windows Vista® Home Basic, Service Pack 1
-- [420-9192]
-----------------------
-- Mouse --
-- Dell Optical USB Mouse
-- [330-0077]
-----------------------
-- Network Interface --
-- Intergrated PCIE 10/100/1000
-- [430-3246]
-----------------------
-- Modem and Wireless --
-- No Modem Option
-- [313-5469]
-----------------------
-- Adobe Software --
-- Adobe Acrobat Reader
-- [410-1858]
-----------------------
-- Optical Drive --
-- Single Drive: 16X (DVD+/-RW) Burner Drive
-- [313-7024]
-----------------------
-- AUDIO --
-- Integrated 5.1 Channel Audio
-- [313-7020]
-----------------------
-- Speakers --
-- No speakers (Speakers are required to hear audio from your system)
-- [313-5461]
-----------------------
-- Documentation and Power Management --
-- Vostro 220 Documents and 110 Volt Power setting
-- [330-1600]
-- [330-1718]
-- [330-1719]
-----------------------
-- Productivity Software --
-- No Pre-installed Productivity Software
-- [420-7281]
-----------------------
-- Security Software --
-- McAfee Total Protection for Small Business 30-day Subscription
-- [410-1788]
-----------------------
-- Resource DVD --
-- Resource CD and DVD
-- [330-2441]
-----------------------
-- Hardware Support Services CS 2.0 --
-- 1 Year Basic Limited Warranty and 1 Year NBD On-Site Service
-- [983-4250]
-- [988-7347]
-- [991-2640]
-- [992-3547]
-----------------------
-- Installation Services --
-- No Onsite System Setup
-- [900-9987]
-----------------------
-- Labels --
-- Vista Basic Sticker
-- [310-8625]
-----------------------
-- Quick Reference Guide --
-- Vostro System Quick Reference Guide
-- [330-1574]
-----------------------

--
- $80.00

--
- $10.00

--
- $140.00

--
- $20.00

--
- $30.00

Subtotal: $419.00
IVA: --
Shipping and Handling: $35.00

Import Fee: --

Total: $492.05

איז דאס א גוטע אויסוואל? איז עס לויט די פארשריפטן? איז די פרייז א גוטע?
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

פריץ האט געשריבן:

יעצט איך וואלט נישט רעקאמענדירט צי קויפן א וויסטע
נאר עקס פי און אויב מעגליך צאל צי נאך א הונדערטער סזאל זיין פראפעשינעל און נישט האום



וואס איז שלעכט מיט וויסטע????
לעצט פארראכטן דורך קאמפיוטערנייעס אום מיטוואך מארטש 25, 2009 12:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

הרב קאמפיוטער, פארוואס? אפשר זענט איר זיך מער מסביר וואספארא פרט שטערט דיך דארט?
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

1) צו ווייניג רעם פאר וויסטע
2)צו א קליינע הארד דרייוו
3)עס איז האום וויסטע נישט פרימיום
4)האט נישט קיין בילד און ספיקערס
פאר די פרייז און די היינטיגע סעילס מעגסטו נעמען עפעס בעסערס. איך וואלט דיר געראטן זאלסט נעמען איינמאל א גוטע קאמפיוטער אפילו עס קאסט מער.
נעם עטליסט 4 גיג רעם מיט בילד און ספיקערס אז נישט פאר גוטע קלארע ספיקערס וועט די קאסטן עקסטער
נעם פרימיום און מיט אביסל מער מעמארי
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

אקעי, איך ווייס אז דא רעדט זיך פון ווער עס האט נישט קיין קאמפיוטער, אבער איך האלט ערגעץ אינדערמיט, נעמליך, איך האב געקויפט דעם קאמפיוטער און זיך אויסגענומען אז איך קען עס צוריקגעבן אויב איך בין נישט צופרידן דערמיט.

איי, ווייס איך דען אויב איז עס א גוטער כלי צי נישט? צוליב דעם בין איך דא מגיב.

לאמיר אנהייבן מיט א רואיגקייט.

איך האב שוין צום גוטן א שלעפטאפ א צאל יארן. איך האב עס נאך געקויפט אין די פריערדיגע צייטן ווען מר. דעלל האט נאך פארקויפט גוטע סחורה, נאך פאר ער האט אנגעהויבן גיין בארג אראפ. אקיצור, עס האט מיר געדינט ניש'קשה.

מיט די צייט איז ער געווארן עלטער און שוואכער און ער האט נאכגעלאזט אין אלעמען, זיך נישט צו שטארק איבערגעשטרענגט ביז איך האב שוין געקלערט פון אים פטור צו ווערן, אבער צוליב דעם וואס איך האב דערפאר געצאלט גאנץ א שיינער פרייז (נישט אז עס איז טאקע אוזי פיל ווערד געווען, נאר בימים ההם ווען א קרעטשמע האט נאכנישט עקזיסטירט און איך האב נישט געהאט וועם צו פרעגן איז דער סוחר מיינס געווען דער "פארשטייער" און צו געלט האט ער גאר גוט פארשטאנען...) האב איך נישט געהאט דאס הארץ אים ארויסצושליידערן אויף די גאס, איז ער מיר אפגעליגן ערגעץ דארט ווי מען שטעלט די זאכן וואס מען קוקט איבער ערב פסח אויב מען זאל עס לאזן אין שטוב אדער פארברענען מיטן חמץ.

אזוי לויפט דורך די צייט און איך האב זיך נישט אזוי געברויכט באנוצן מיטן קאמפיוטער, ביז עס איז מיר אונטערגעקומען א נייע ביזנעס וואס דארט האט מיר גאר שטארק אויסגעפעלט דעם כלי און איך האב זיך גענומען אומקוקן. צוערשט בין איך געגאנגען צום אלטן מוכר און ער האט מיר אנגעטראגן א פעטן פרייז אבער דא האב איך שוין ארומגעפרעגט אידן וואס קענען זיך בעסער אויס אין די מעלות וואס מען ברויך צו קוקן ווען מען קויפט איין די טייערן כלי און מען האט מיר געזאגט אז ער בעט צו א טייערן פרייז.

לאמיר נישט דא שלעפן אזויפיל און קומען צום פונקט.

ביני לביני האט מיר א איד אנגעטראגן אז ער האנדלט מיט אזעלכע כלים און ער האט מיר א מציאה רבה, איינזעענדיג אז דער פרייז איז א גוטער האב איך עס פון אים גענומען בתנאי אז איך קען עס נוצן און זען ווי אזוי עס ארבעט.

איך נוץ עס יעצט און עס איז נישט שלעכט. זיכער בעסער פון דאס וואס איך האב געהאט ביז איצט, אבער עפעס טיף אין הארץ טראכט איך פארוואס האב איך נישט צוגעצאלט אביסל מער און געהאט א גאר גוטער און שנעלער קאמפיוטער. נישט אז ער איז אזוי שטייט אבער.. עפעס קוועטשט מיר עס אז איך קען האבן שנעלערס..

איז דא ערגעץ ווי איך קען אריינקריכן און זען וויפיל רעם אדער איך ווייס וואס נאך איך דארף בודק זיין? יענער האט מיר עס געגעבן אן די צוגעהערן, סטיישט אן די פאפירן איך זאל עס קענען נאכגיין.

יא, איין זאך זע איך דא אז ס'איז א לעפטאפ, וואס האט א אינטעל קאר2 דוא.

וואס נאך דארף איך וויסן אז איך מיין געוויסן זאל זיין רואיג און פרייליך?
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

לענית דעתי איז היינט ציטאגס צי קויפן א קאמפיוטער וואס מען פלאנט ערענסט אויסציניצן
לוינט זיך נישט צי צאלן אונטער 1500 דאלער
Tech

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tech »

מיין אפיניען איז!
וויסטע האום פרימיאום, עטליסט 2GB רעם בעסער 3 אדער 4, פראסעסער CPU בלע"ז ספיד 2GHZ, הארד דרייו טראכט ווייפיל די דארפסט! און ערגסטן פאל קויפט מען צו אן עקסטערנאל,
פון א געהעריגע קאמפאני, HP הייסט היינט בעסער ווי דעל,
און דאס דארף צו קאסטען צום טייערסטן $1000 אויב גייט מען מיט א AMD פראסעסער איז עס בערך $100 ביליגער, און AMD הייסט היינט עני טיים אזוי גוט ווי אינטעל, און מקען באקומען א בעסערע פאר ביליגער.
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

tech דערווייל גיי איך לויט דיינע פארשריפטן, חוץ מיטן קויפן ביי dell?
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אךשמח

אז דו ווילסט זעהן אביסל אינפארמאציע אויף דיין כלי, מאך א רעכטן קליק אויף MY COMUTER (אויפן דעסקטאפ) און קלויב אויס פראפערטיס וועט ארויסקומען די אינפארמאציע פונעם פראססעסער און די רעם\מעמארי, צו וויסן די גרויס פונעם הארד-דרייו איז פשוט ווען מען דרוקט אויף :C דאן קען מען זעהן אין די זייט אדער אונטן ווי גרויס עס איז.
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

HP הייסט טאקע שטערקער
אבער די סערוויס און די וואראנטי און פרייז וואס דעל גיט גיט נישט HP

דעל אפערט שוין היינט ביז דריי יאר וואראנטי פאר דעסקטאפס און פאר לעפטאפס און זיי קומען אראפ צי דיר ביי HP דארפסטו עס אריינשיקען צי זיי

בדידי הוה עבדא

א בליץ האט געהרגעט מיין קאמפיוטער און דעל האט אראפ געשיקט א טעקנישען צוויי מאל צי מיר אין אפיס
און ער האט געטוישט די CPU שפעטער איז ער צוריקגעקומען און אויך געטוישט די מוטער בארד

און ביי HP האב איך שוין אויך געהאט עקספיריענס מיט מיין פאקעט פיסי און מיט די וואראנטי מיט אלעם מיטן אריינשיקען בין איך אין ערגעץ נישט אנגעקומען מיט זיי ביי דעל וואלט איך שוין לאנג געהאט א נייע

עס לוינט זיך אלעמאל צי נעמען די גרעסטע און לענגעסטע וואראנטי און ביי דעל

און גלייבטס מיר איך ארבעט נישט פאר דעל און אויך נישט פאר HP
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

בכלל האט HP זייער שלעכטע סערוויס אויף אלע זייער פראדוקטן. מען רעדט דארט צו מענטשן וואס קענען נישט קיין ענגליש, און ווען זיי קראצן זיך שוין יא אויס, ווייסן זיי נישט וואס זיי רעדן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

פריץ האט געשריבן:לענית דעתי איז היינט ציטאגס צי קויפן א קאמפיוטער וואס מען פלאנט ערענסט אויסציניצן
לוינט זיך נישט צי צאלן אונטער 1500 דאלער
לעצט פארראכטן דורך קאמפיוטערנייעס אום מיטוואך מארטש 25, 2009 12:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

א דאנק אייך בןהרחמן.

אט זענען מיינע געפינסן:

Intel(R) Core(TM)2 Duo CPU
T5270 @ 1.40GHz
GHz, 1.99 GB of RAM

די הארד דרייוו (אונטער C) פארנעמט ביז 146 גיג.

און אצינד זאגט מיר אויב און וויפיל ער איז ווערד.

א דאנק פון טיפן הארצן.
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

מערסטענס $500.00
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

נייערהייט? א דעקסטאפ אדער א לעפטאפ?

איך רעד פון א לעפטאפ.

און וואס טוען די אויבנדערמאנטע העלפן פארשנעלערן אדער פארקערט פאר מיין קאמפיוטער?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך מיין אז אין די מארקעט וואלט עס יא (איך רעד א נייע נישט ריפוירבישד אדער ריסערטיפייד) געקאסט אביסל מער פון פינף מאות אפשר קרוב צו זעקס,

לגבי דיין שאלה צו עס איז שנעל אדער שטאט איז שווער צו זאגן פונקטליך ווייל דו האסט נישט געשריבן וועלכע ווינדאוס עס האט עקס.פי. אדער וויסטע, פאר עקס.פי. איז צוויי גב רעם גאנץ גוט אבער פאר וויסטע איז אביסל מצומצם אויך נישט ממש שלעכט אבער וועט ווערן שנעל אנגעשטרענגט, און עס ווענדט זיך אויך פארוואס דו נוצט עס, פאר שווערע (העווי) גראפיק פראגרעמס איז דאס נישט גענוג ממילא פאר איינעם וואס נוצט העווי פראגרעמס קוקט דאס אויס ווי עס איז נישט ווערד, אבער פאר אנדערע מער גרינגערע זאכן ווי דאטא טייפן וכדו' קען עס זיין א מחי' און דארפסט נישט האבן קיין טייערערע ווי דאס.
שרייב תגובה

צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”