בלאט 1 פון 1
היי ספיד "יו עס בי" פלעש דריוו
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2008 9:31 pm
דורך ווייסעך וואס
ווייסט איינער איבער א HI SPEED 16GB USB פלעש דרייוו?
איך ווייס אז אויפן מארקעט איז דא צו באקומען צענדליגע פאר א שפאט ביליגען פרייז, אבער איך זיך איינס מיט מאקסימום ספיד!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2008 9:59 pm
דורך thefact
ווייסעך וואס:
איך האב שוין געהאט איינער פון מיינע קאסטומערס איז געקומען מיט א 32 גיג פלעש דרייוו, ער האט זיך אבער אפגערעט אז ס'איז זייער האקעל (קען זיין אז ס'איז פונקט געווען יענער מאדעל)
און ניין איך ווייס נישט די מאדעל נאמבער און איך געדענק אויך נישט פון וועלכע פירמע עס איז געקומען
א זוך אויף אמאזאן פאר היי ספיד 16 גיג פלעש דרייוו האט דאס געברענגט
http://www.amazon.com/s/ref=nb_ss_gw?ur ... lash+Driveאון פאר א היי ספיד 32 גיג פלעש דרייוו האט דאס געברענגט
http://www.amazon.com/s/ref=nb_ss_gw?ur ... lash+Driveאיך זאג אמאזאן ווייל דארט איז געווענליך דא רעוויא'ס וואס מ'קען זעהן צו מענטשן זענען צופרידן דערפון
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2008 10:31 pm
דורך ווייסעך וואס
ישר כח!
עס איז מיר נישט פראקטיש צו גיין צו די אנגעגעבענע לינקס פון מיין שווארץ בערל, אבער איך בין נייגעריג וואס די ליינען read ספיד איז, אין וואס די שרייבן write ספיד איז.
אלע רופן זיך מיטן שיין קלינגענדיגן נאמען "היי ספיד", עס מיינט נאך נישט אז עס איז טאקע שנעל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 4:35 am
דורך שוועמל
וואס מיינט 'היי ספיד' ביי פלעש דרייוו?
איך ווייס פון יסב 2.0 וואס הייסט ס'טרענספערט דאטא שנעלער ווי די 1.0, איז דא נאך שנעלער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 1:23 pm
דורך בןהרחמן
ביי די גרעסערע אויסערליכע הארדדרייוו'ס קען מען זעהן ביי די אינפארמאציע פונעם דרייוו וויפיל די שנעלקייט פונעם טרענספער רעיט איז איך מיין אז 480 מב א סעקונדע איז שנעל עס איז שוין לכאורה דא היינט שנעלערע אויך, אבער ביי די פלעש יו-עס-בי דרייווס האב איך נישט געזעהן אז מען זאל שרייבן די טרענספער רעיט נאר אז עס איז היי ספיד,
איך האב פריער געזעהן ביי ECOST א גוטע דיעל פאר א זעכצענער יו-עס-בי עס קאסט 39.99 און מען באקומט צוריק א ריבעיט פון $30 קומט אויס נאכן ריבעיט אינגאנצן 9.99 $, זיי שרייבן דארט אז עס איז געשיצט פון שאק למשל אז פאלט אראפ וועט גארנישט געשעהן ווייל עס איז ארומגענומען מיט ראבער פון דרויסן ווי אויך שרייבן זיי עס איז וועטער-געשיצט און אפילו עס רינט ארויף וואסער דערויף וועט גארנישט געשעהן (ווען די דעקל איז פארמאכט), דער דיעל פונעם ריבעיט איז פאר נאך עטליכע שעה,
דא האט איר דעם לינקאגב, איך מיין אז מען דארף רוקען דעם אשכול צום אפטיילונג פון קאמפיוטער\הארדוועיר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 2:04 pm
דורך thefact
גערוקט
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 5:15 pm
דורך צוביילטער
איך זיך א יו עס בי פלעש דרייוו צו סטארעדזשן מיינע בילדער, ווייסט איינער וואו מ'קען דאס האבן פאר ביליג?
איך זיך אן אכט אדער 16 גיגע-בייט.
יישר כח פון פראנאויס.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 6:25 pm
דורך כולל יונגערמאן
קליק דא און קליק אויף די עמעזאן עד אין די זייט און אויב קויפסט עס דארטן שטיצט א איד ווייל די אייגנטומער פון די סייט מאכט א פראצענט אויף יעדן אייטעם וואס ווערט געקויפט דורך א קליק פון זיין סייט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 12:47 pm
דורך צוביילטער
א גרויסן יישר כח, אבער עמעזאן האט דאס נישט פאר ספעציעל ביליג. ווייסט אפשר פון עפעס אן אנדערן וואס קען דאס האבן פאר ביליג?
ביליג מיין איך בערך $1.50 פאר א GB.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 1:46 pm
דורך סתם_אזוי
טריי
http://www.bestbuy.comhttp://www.onsale.comאבער ווען די גייסט אויף גוגל קענסטו סורטשן פאר דעם. גיי צו שאפפינג. שטעל עס אויס לויט די פרייז. קענסט טרעפן פאר ביליג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 2:03 pm
דורך cm4r
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 4:28 pm
דורך צוביילטער
א גרויסן יישר כח פאר ענקערע אינפארמאציע, צום סוף האב איך טאקע באשטעלט ביים 'נייעם אייער' פאר $15.98 נאך שיפינג.
לגבי דעם גוגל טשעקאוט רוף איך אויס מיין אנטריסטונג. שוין די צווייטע זאך וואס איך באשטעל היינט אויפן נעט, אבער מ'קען צופלאצט ווערן פון די אלע סייטס וואס סערטשן פאר פרייזן. קודם שטייט איין פרייז, און ווען מ'גייט אריין אינעם לינק טרעפט מען גאר א צווייטן פרייז. (איך פארשטיי אז זיי קענען מעגליך גארנישט טון דערצו, אבער אויסגעבן מיין רעגעניש מעג איך זיכער...)
נאכאמאל, א גרויסן יישר כח.