בלאט 1 פון 1

קרעקס קיגען

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2008 2:54 pm
דורך וועלטסמאן
1) וואס איז א קרעק

2) ווי דארף מען עס אריינלייגן

3) וויאזוי ארבעט עס

4) וויאזוי מאכט מען דאס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2008 2:23 am
דורך wildturkey
קרעק איז געווענליך א EXE פייל וואס דאס טוישט אפאר רעדשיסטריס פונעם פראגראם און ער מיינט אז עס איז גערעדשיסטערט, מען דארף עס אריינלייגן אין פאלדער פון די פראגראם ביי פראגראם פיילס.
ע"כ וויפיל איך ווייס, איך וואלט ווען אויך זייער שטארק געוואלט וויסן וויאזוי מען מאכט דאס.............
(דעירעך אגאוו איז גוט צו וויסן אז קרעקס קען אסאך מאל זיין א וויירוס - אסאך מאל איז עס דווקא, און אפאר מאל איז עס פשוט ווייל א שוואכע קענער האט עס געמאכט און נישט גוט אויסגעשטעלט די קליינע אותיות - דעריבער דארף מען עס טשעקן קודם)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2008 3:05 am
דורך KCSP
ווי פארשאפט מען די קרעקס?? איך האב געוויסע פראגרעמס וואס מען דארף רעדשיסטערען סא איך זיך קרעקס דערפאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2008 11:58 am
דורך 3x0
דא איז נישט די ריכטיגע פלאץ צו זיכן קרעקס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2008 3:25 pm
דורך KCSP
אקעי יעצט ווייס איך אז דא איז נישט די פלאץ !

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2008 10:05 pm
דורך Tech
א קרעק איז צו טרעפן א לאך אינעם אקטיוועשאן סיסטעם, וואס מאכט אז מען זאל קענען ניצען די פראגראם'ס אן קויפן, ווי למשל די קרעק פאר אדאבי CS4 פראדוקטן, איז פשוט צו צילייגן עפעס צום האוסט פייל אז ער זאל זיך קאננעקטן צום צו דיין קאמפיוטער אנשטאט צום אדאבי סערווער,

סא סאיז נישט דא איין וועג וויאזוי צו מאכען קרעקס ווייל עס איז דא זייער אסאך טאקטיקן צו לייסענען, און מדארף טרעפן און איעדע איינס די לעכער, און נאכדעם קען מען אריינלייגן און אן exe די קאמענד'ס און קאודס וואס שאפט דעם לאך, אז א מזאל נישט דארפן טון די גאנצע זאך אליין,

און דא הייבט זיך אן פראבלעמען ווייל איינמאל די ראנסט די קרעקערס exe קען שוין טוישן נאך פיילס אויפן קאמפיוטער, סיי צו איילאדענען א העקער שיקען אינפא' צו זיין סערווער, אדער סתם חרוב מאכען די קאמפיוטער,
א וויירעס קען נישט געשען פון א טעות, אפשר אן ערראר אבער נישט קיין וויירעס, און אויב איז עס א נייע וויירעס איז נישט מעגליך אז א וויירוס סקענער זאל עס כאפען,

און פאר די וואס זיכען קרעקס, [נישט ברבים, ווייל סזעט אויס אז די הנהלה דא האט עס נישט ליב] גיבט אכטונג אויף 2 זאכען!
1 רוחניות! אזויווי די קרעק סייטס זענען פונעם נידריגן עלעמענט, זענען רוב נישט קיין פלאץ, פאר קיין ערליכען יוד צו באזיכן, וד"ל (געדענקט איך האב געווארנט)
2 גשמיות! סזענען דא סייטס וואס קענען שעדיגן די קאמפיוטער אפילו מיטן סתם באזיכן, אנע דאונלאודן, איך רעד שוין נישט פון ראננען די קרעקס,