בלאט 1 פון 1

א פראגרעם צו קלענער מאכן א פייל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 11:44 am
דורך שמיי_דריי
איך האב געהערט אז ס'איז דא א פראגרעם וואס קען -וואזוי מ'רופט עס- צוקוועטשען GB און מאכן ווייניגער.

למשל איך האב יעצט פיקטשערס און ווידיאוס אין מיין קאמפיוטער פון בערך 4 אהאלב GB און איך וויל ארויף לייגן אלעס אויף איין אדער העכסטענס אויף 2 סידיס אבער א סידי האט דאך נאר פלאץ פאר 700 MB ממילא קען איך נישט אבער איך זעה דאך אז מ'קען יא ארויף לייגען והא ראי' אלע סידיס פון MOVIES אדער פון סתם חתונה ווידיאוס וואס ס'איז דאך אוודאי אסאך אסאך מער פון 700 MB און איך זעה אז זיי מאכן עס

ממילא אויב איינער ווייסט פון אזא פראגרעם ווי מ'קען עס דאונלאודען פאר פרי זאל עס ביטע ארויף לייגען דא ולמצוה גדולה יחשב ויישר כח למפרע

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 12:19 pm
דורך פויער
עס איז דא פראגרעם וואס הייסט KGB (לעילוי נשמתם...)

עס מאכט עס 80 פראצענט קלענער

נאדיר דעם לינק און זיי מודיע פאר'ן עולם צו עס איז טאקע אזוי גוט ווי זיי זאגן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 1:25 pm
דורך שמיי_דריי
איך פרוביר עס יעצט אויס ביזדערווייל איז עס פיין ס'נעמט נאר אביסעלע שטייט און ווי שטארק זיי קאמפרעסען עב דאס ווענד זיך ווי אזוי דו וועלסט אויס זיי האבן בערך 10 אדער מער אפציעס ווי קללין עס צו מאכן איך נוץ NORMAL און ס'קאמפרעסט בערך צווישן 10 און 15 פראצענט אבער עניוועי א ריזן יישר כח ס'האט מיר ערענסט שטארק געהאלפן

יעצט טריי מיר צו העלפן אין א אנדערער אשכול וועגן קאפיען א DVD אן עס קודם דארפן ארויף לייגן אויפן קאפיוטער נאר גלייך קענען ארויף לייגן אויף א CD

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 6:53 pm
דורך שוועמל
שמיי

פון 4.5 גב צו מאכן דערפון בלויז 700 מב, מממהממ איי עם נאט שאר דעטס דאעבעל.
און ווען דו קאמפרעסט ווערן די בילדער זייער נישט קלאר, עכ"פ עס פארלירט פון די אריגינעלע שארפקייט דורך מינערן די פיקסעלס.

אדרבה לאז וויסן דעם עולם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 2:08 pm
דורך thefact
א פיקטשער אדער ווידיאו פייל פעלט געווענליך אויס כמעט די גאנצע ארט וואס זי פארנעמט והא ראיה אז "ווינזיפ" און "ווינרער" (WINZIP WINRAR) לינדערן זייער ווינציג פון זייער סייז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 3:27 pm
דורך שמיי_דריי
אפשר קען מען איינער מסביר זיין וויאזוי קען זיין אז ווען איך קוק עפעס א CD א גרובייס אדער א חתונה זעה איך אז ס'נעמט אויף א ערך פון 2 3 גיג און ווען איך וויל מאכן א קאפי גייט עס נישט מן הסתם ווייל מיינע CD'S האט נישט מער פון 700 MB, זיי האבן גרעסערע CD'S ? ווייל לויט ווי איך ווייס האט ''יעדע'' CD נאר 700 MB

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 6:18 pm
דורך מאשקע
ס'איז א DVD.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 9:35 pm
דורך שמיי_דריי
און וואס איז אויב ס'איז א DVD

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 10:51 pm
דורך מאשקע
אויף א DVD גייט ארויף עטליכע גיג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 11:37 pm
דורך שמיי_דריי
מ'קען קויפן אזא CD אין די סטארס ?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 5:42 am
דורך סלונימער
נו,א ודאי קען מען עס קויפן,די סי די דיסקן רעכענען שוין זיך אלטע זאכן און נייע קאמפיוטערס פארקויפט מען נאר מיט מכשיר וואס פארשטייט די ווי די דיסקן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 5:46 am
דורך סלונימער
א גוט שבת!
דא אין א"י באלד קומט דער הייליגער שבת.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 11:10 am
דורך שמיי_דריי
ווי קען איך זעהן אויב מיין קאמפיוטער פארשאייט DVD (ס'איז א נייע קאמפיוטער)

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 30, 2008 12:59 pm
דורך סלונימער
א גוטע וואך.
עס דארף זיין געשריבן אויפן מכשיר וואס ליינט דיסקים אין דיין קאמפיוטער .בכל אופן קענסט אריינגיין אין my computer אין דארט וועסטו זען וואס פארא מכשיר האסטו:עס וועט דארט זיין א גאנצע רשימה פון דיסקים וואס האסטו:
local disk c
local disk d
און אויכעט
dvd ram drive e
אדער
cd ram drive e
פארשטייסטו שוין אז אויב עס געשריבן די ווי די-הייסט עס אז דאס איז א מכשיר וואס יא ליינט די ווי די דיסקן.אויכעט קענסטו אנדריקן מיט רעכטע קנעפל פון מייזל אויף כיתוב dvd ram drive e און אויסקלייבן דארט
properties און נאכדעם hardware וועסטו זען מער פרטים איבער דיין מכשיר,וואס ליינט דיסקן.