בלאט 1 פון 1
עדדיטן א PDF אין READER
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 11:44 pm
דורך שוועמל
פול מאל קומט אן צו מיר אי-פעקסעס אין קאמפיוטער אלס א PDF פארמאט און עפענט זיך מיט אדאבי רידער. (דער שיקער האט עס געפעקסט, נאר עס קומט אין אימעיל).
איך ברויך צולייגן אמאל א חתימה אדער צושרייבן א זאץ וכדומה און דערנאך צוריקפעקסן.
איז דא א וועג דאס צו טוהן במקום ארויספרינטן דעם פאפיר? א שאד די טינט פשוט.. און נישט אלעמאל האב איך פאפיר אינעם פרינטער טאץ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 9:07 am
דורך מיגו דאיתקצאי
אין PDF Reader קען מען נישט עדיטן ווייל כשמו כן הוא ער קען נאר ליינען
איז אזוי אדער פארשאפטסטע דיר דע גאנצע אקראבאט פראגרעם אדער אויב האסטו אדאובי פאטאשאפ קענסטע אויך עדיטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 9:37 am
דורך שוועמל
איך האב פאטאשאפ.
סא וואס טו איך ווייטער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 9:48 am
דורך מיגו דאיתקצאי
Open The .PDF File in Photoshop
Edit The File
Save as PDF
and yalla
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 10:04 am
דורך שוועמל
לאזט מיך דער רשע נישט עדיטן ווייל ס'יז נישט דעפיינד.
קלאפ בחלארן
אנטיסעמיטן וואזע זענען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 10:48 am
דורך מיגו דאיתקצאי
please explain what you are doing and when does it say not defined?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 12:02 pm
דורך נא_שכל
עס איז דא א פראגראם וואס הייסט foxit pdf editor עס איז זייער לייט (3 MB) אין עס ארבעט געוואלדיג געוואלדיג. מען קען עס דאונלאדען פון די קאמפעני'ס וועב זייטעל. אין עס דרייט זיך אויך ארום פארשידנע קרעקס דערפאר (פארשטייט זיך איך רעקאמנדיר צו קויפען).
נא_שכל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 9:01 pm
דורך שוועמל
יישר כוח גדול א מוראדיגער פראגראם !!!!
האב איך געהאט דעם ריכטיגן שכל אנצופרעגן אין קרעטשמע דערוועגן!!
דא איז דער דאונלאד לינק, מען קען עוועליועיטן פאר א שטיק צייט אומזיסט.
http://www.download.com/3001-6675_4-107 ... a26b&idl=n
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 9:59 pm
דורך נא_שכל
נא האב איך דאך געוויסט אז מען וועט הנאה האבען דערפון
דרך אגב, זיי האבען אויך א פראגראם PDF CREATOR וואס דאס מאכט אז מען זאל קענען פרינטען אלע מיני דאקומענטן צו PDF, די מעלה דערפון אז עס איז די איינציגסטע PDF PRINTER (חוץ אדובי אקרובט ME וואס איז א ריזגע פראגראם בין בעניני מקום ובין בעניני ממונות) וואס טוט EMBEDDEN אידישע אותיות כדי מען זאל קענן מאכן א חיפוש, אדער ארויס קאפיען אויף טעקסט.
נא_שכל
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2008 6:33 pm
דורך שוועמל
איך נוץ CUTE PDF צו פרינטן צו פדף, עס איז אומזיסט. איך בין נישט זיכער צו עס טוט עמבעדן פאנטס און אימעזשעס, קען זיין די באצאלטע ווערסיע דערפון קען יא.
קרעדיט: מאשקע אין גוגל טולק.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:42 pm
דורך scy4851
אלטס אן הוספה צי דעם שמועס
עס איז דא א גאנצע suite וואס ארבעט מיט pdf פיילס אינגאנצען פריי.
איך האב עס אויף מיין דעסקטאף און איך באניץ מיך אסאך דערמיט
גייט צי
www.software995.com
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 7:23 pm
דורך אויפריכטיג
איך מוטשע זיך שוין לאנג מיט דעם PDF פראגרעם, דהיינו, איך האב פארשידענע פיילס וואס איך האב באקומען פון מענטשן וואס זיי האבן ארייגעסקענט דאקומענטן און עס געמאכט פאר א PDF פייל, און זייער א סך מאל קען איך סעלעקטן די טעקסט דערפון (אויך אידישע) און עס קאפיען און פעסטן אין ווארד, און איך האב לעצטענס געקויפט א סקענער און איך האב אויך אריינגעסקענט אבער לדאבון ליבי קען איך נישט אנכאפן די טעקסט, אויב קען איינער מיר ארויסהעלפן וועל איך שטארק דאנקבאר זיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 1:02 am
דורך בשבילי נברא
עס איז דא א זייער גוטע פראגראם וואס איך נוץ שוין פאר א לאנגע צייט צו עדיטן pdf'ס און עס איז ממש אמחי', מ'קען אויך קאנווערטן דערמיט א pdf צו א word דאקומענט
עס הייסט Expert PDF
געווענליך קאסט ער אפאר טאלער, אבער דא האט איר א לינק עס צו באקומען בחנם
Direct Link to get Expert PDF 5 Pro for freeאדער קוקט
דאעצה טובה פאר מ'הייבט עס אן צו ניצן, צו כאפן א שטיקל בליק אויף די טוטאריעלס, ווייל אז נישט איז שווער ארויסצוהאבן וואס מ'קען אלס אויפטוהן דערמיט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 7:26 am
דורך reb yid
טענקס עי מיליאן!
וואונדערבאר גוט!
(איך פלעג ניצן Foxit - דער עקספערט איז בעסער)
שכויאך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 4:46 pm
דורך לייבעלע
געטראפן א פראגראם וואס ארבעט כמעט ווי אדאבי עקראבעט און ס'איז אומזיסט.
PDF Exchange Viewerאיך נוץ עס פאר אונטערשריפטן און צו מעקן\צושרייבן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 1:22 pm
דורך CID
לכאורה זיכט ער OCR עס איז דא אן אקסטערע הענגל
וועגן די PDF איז באמ' א פיקטשער
פאר א געהעריגע PDF האט איר
דא
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 2:00 pm
דורך בשבילי נברא
CID האט געשריבן:לכאורה זיכט ער OCR עס איז דא אן אקסטערע הענגל
וועגן די PDF איז באמ' א פיקטשער
פאר א געהעריגע PDF האט איר
דא
זיי מיר מוחל קענסט אפשר מסביר זיין קלארער וואס דו מיינסט
.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 3:58 pm
דורך ohrchodosh
נעכטן ביים גרויסן דינער האט מען פארטיילט א סי די פאר די וועלכע האבן זיך נישט געוואלט אהיימשלעפן מיט דעם דשורנאל וואס איז געווען אזוי שווער ווי א טראק.... עס איז אין פי די עף פארמאט, כ'האב פרובירט צו סערטעשן אין מען קען נישט.. קעו מיר איינער ארויסהעלפן?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 6:08 pm
דורך CID
שוין וועל איך מסבר זיין אזוי

עס דא אמאל וואס מען מאכט א PDF פייל דורך א ווארד פראסעסער און עס ווערט א TEXT FILE דעמאלטס דארף מען האבן א פראגרעם עס טוישן צו EDIT FILE

איר קענט ניצן די לינק אויבן

אבער ווען עס איז און א פיקשער פייל איז א אנדער מסכתה איר דארפט עס איבער דרייען פון א פיקשער צו TEXT
וואס פאר דעם איז געמאכט די פראגראמס OCR עס איז דא צוויי צווייגלעך וואס מען רעדט פון דעם אויב עס פעלט אויס וועל איך צוצייכענען

נאך א פוינט אויב עס איז יודיש איז עס נאך שווערער

און ווער רעדט נאך ווען סאיז רשי אויתיות

משכ ווען סאיז ענגליש איז לכאורה דא אימזיסט

אדער קומט עס מיט א פרינטער ווי HP און נאך סדא וואס הייסט PAPER PORT
הצד השוה סנישט פשוט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 6:14 pm
דורך CID
א גרינגע וועג צו וויסן אויב א PDF איז TEXT אדער PICTURE איז סלעקטן א חלק מיט די סלעקט TOOL אויב עס איז TEXT וועט ווערן היילייטעט נאר ווי סאיז געשריבן

מען פשוט סלעטן די טעקסט COPY און PAST
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 6:16 pm
דורך CID
סדא נאך א אישא אפילו אויב עס איז טעקסט קען עס זיין פראטעקטעט

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 6:21 pm
דורך CID
בשבילי נברא האט געשריבן:CID האט געשריבן:לכאורה זיכט ער OCR עס איז דא אן אקסטערע הענגל
וועגן די PDF איז באמ' א פיקטשער
פאר א געהעריגע PDF האט איר
דא
זיי מיר מוחל קענסט אפשר מסביר זיין קלארער וואס דו מיינסט
.
זע נאר לאז וויסן אויב יעצט איז עס געסאלווט

וועל מיר זיין ראיגער

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 6:27 pm
דורך CID
נא_שכל האט געשריבן:עס איז דא א פראגראם וואס הייסט foxit pdf editor עס איז זייער לייט (3 MB) אין עס ארבעט געוואלדיג געוואלדיג. מען קען עס דאונלאדען פון די קאמפעני'ס וועב זייטעל. אין עס דרייט זיך אויך ארום פארשידנע קרעקס דערפאר (פארשטייט זיך איך רעקאמנדיר צו קויפען).
נא_שכל
די מיינסט דאס
w.nitropdf.com זיי האבן א סערוועס פאר אימזיסט אויב מען דארף נישט פראפעשנעל
