בלאט 1 פון 1

מזל טוב מאשקע!! אונזער נייע אחראי.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 7:24 pm
דורך וויכטיג מאכער
איינער האט באמערקט וואס דא גייט פאר? די מנהלים רוהען נישט איין, זיי האבן געזעהן אז די פאקט איז אז די פאקט איז אז די פאקט איז זייער א ביזי מענטש, און ער קומט נישט אן צו אלעמען, און ווי אויך וואקסט ב"ה די אפטיילונג ווי אויף הייוון כ"י, האבן זיי גענומען די נויטיגע שריט און צוגעלייגט נאך אן אחראי צו דעים אפטיילונג.

און געס וועים זיי האבן אויפגענומען, נישט קיין צווייטן ווי אונזער מאשקע יר"ה, זעהט אויס אז די נייע ראשאקאל ווייסט יא אז ער טויג!

מאשקע, פיינעלי האסטע שוין א טיטל מיט א מיטל.

מזל טוב!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 7:39 pm
דורך thefact
ברכת צלח ורכב

איך וויל דא ארויסברענגן לשבח די חשובע מנהלים און די גאנצע טיעם וואס ארבייטן מיז אזא איבערגעגעבנקייט שלא ע"מ לקבל פרס לא ינוחו ולא ישקוטו און עס דערקענטס זיך אויף די געוואלדיגע הצלחה וואס אין א האלב יאר האב מיר זיך ממש געדאפלט צו קרוב צו פיר הונדערט שרייבער כ"י...

איך דארף לויפן,,, המשך יבא

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 8:18 pm
דורך מאשקע
יישר כח פאר די ווארימע אויפנאמע. איך האף אייך צו קענען באדינען ווי ס'דארף צו זיין, אינאיינעם מיט מיין חשוב'ן פארגייער מרן דע-פאקטא הי"ו.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 10:31 pm
דורך קרעמער
שלום עליכם מ. (=מאשקע) ראש הקהל, און הצלחה אין דיין נייע אמט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 8:05 am
דורך פויער
מזל טוב מאשקע אסאך נחת ביי דעהם נושא און אויך ביי אלע אנדערע
זאלסט אונז קענען מהנה זיין לאורך ימים

איי אך טוב אך טוב וחסד...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 9:45 am
דורך לעווי
ילך מחיל אל חיל, פון ראשעקאל צו אחראי, באלד ווערט ער מנהל און דערנאך מייסד..

יור אלמאס דיער מאשקע!

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 7:43 pm
דורך פאטאקי08
מזל טוב מאשקע!!

מיין ערשטע רבי אין קאמפיוטער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 8:27 pm
דורך לאז געמאכט
יו הא מאזעל טוב מאזעל טוב עס איז אונז א כבוד אייך צו האבן דא אלץ אחראי אין מיין סאמע פעוורעיד פארום.
אסאך הצלחה אין דיין נייע אונטערנעמונג און אזוי אויך אין די אלטע.

ואכיל אגשזסר, אגשזסר יחעגשזעה, אגשזסר יחעגשזעה יחצאלהיחח, אגשזסר יחעגשזעה יחצאלהיחח,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 2:37 pm
דורך שמערי בערי
מזל טוב מאשקע!!!!!!!!!!

יעצט העסטו שוין זיין "גרין"....

אזוי וועסטו נישט גרין ווערן פון אלטקייט......

א באנטש לאכעס, פון דעם טיטל און פון אלע טיטלס עד סוף כל הטיטלען בזה ובאבי.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 6:27 am
דורך ווינקל
מ' ז ל ט ו ב ! ! !
א' יך האב מיר זייער געפרייט צו הערן אז ביסט
ש'וין געהאלפן געווארן מיט א אינגעלע בייבי
ק'עניינעהארע! זאלסטו געזונטערהייט
ע'ם קענען מגדל זיין אינאייינעם מיט די ב"ב!

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 7:49 am
דורך פארדינט
מ ז ל ט ו ב!!! אסאך תענוג ונחת געזונטערהייט עמו"ש. אמן.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 8:09 am
דורך געלעגער
מז"ט מאשקע. גוטע נייעס אויפצושטיין מיט

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 8:11 am
דורך שעפעלע
מזל טוב שמחות מיט נחת גרינגערהייט

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 11:34 am
דורך thefact
מזל טוב!!! לידידי היקר ידיד ואחראי לכל בית אייוועלט הרה"ח מאשקע יר"ה מ. ראש הקהל להולדת הבן
אסאך תענוג ונחת דקדושה מיט גרויס געלט דערצו געזונטערהייט

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 1:09 pm
דורך מאשקע
ברוכים תהיו יעדער איינער.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 2:59 pm
דורך צים פינטעל
ווי דע זכר

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 3:51 am
דורך מכטי1
מזל טוב וואיזוי איז געווען די זכר???

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 12:04 pm
דורך פאטאקי08
וויאזוי הייסט די בעבי?
מאשקעלעלעלעלעלע?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 12:19 pm
דורך געלעגער
פאטאקי08 האט געשריבן:וויאזוי הייסט די בעבי?
מאשקעלעלעלעלעלע?


ביי די מאשקעס גיט מען א נאמען ביים זכר?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 1:08 pm
דורך מאשקע
צו הערן אן ענטפער אויף די און נאך ענליכע פראגעס, דרוקט נאמבער גילוי (העכער דעם פאונד קנעפל).

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 2:58 am
דורך מכטי1
מאשקע האט געשריבן:צו הערן אן ענטפער אויף די און נאך ענליכע פראגעס, דרוקט נאמבער גילוי (העכער דעם פאונד קנעפל).

;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 2:38 pm
דורך מאנטריאלע'ר
ווינקל האט געשריבן:מ' ז ל ט ו ב ! ! !
א' יך האב מיר זייער געפרייט צו הערן אז ביסט
ש'וין געהאלפן געווארן מיט א אינגעלע בייבי
ק'עניינעהארע! זאלסטו געזונטערהייט
ע'ם קענען מגדל זיין אינאייינעם מיט די ב"ב!


וואס הייסט געהאלפן געווארן מיט א אינגעלע ? ער האט דאך שוין א בחור וואס איז אריינגעפאלן אינעם 5 ווערטער אשכול און זעהט נישט קיין וועג ארויס..
מסתם בלשון סגי נהור, האלט שוין קע"ה ביים 28'סטע קינד, הא .

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 3:51 pm
דורך ווינקל
נאכדעם וואס מען איזגעהאלפן געווארן מיט איינס, קען מען דען נישט געהאלפן ווערן נאכאמאל? אתמהה?

בכלל,
מאשקע האט געשריבן:צו הערן אן ענטפער אויף די און נאך ענליכע פראגעס, דרוקט נאמבער גילוי (העכער דעם פאונד קנעפל).