בלאט 1 פון 1
לעפטאפ בעטערי אויסגענוצט
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 2:07 pm
דורך חיים
וואס טוט מען ווען די בעטערי פונעם לעפטאפ האלט ביים גיין שלאפן צו קען מען עס ריטשארדשען אויב נישט ווי קען מען קויפן א נייע??
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 2:17 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
וואס הייסט עס האלט ביים גיין שלאפן? ווי אלט איז עס?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 4:15 pm
דורך מאשקע
א בעטערי פון א לעפטאפ איז געמאכט צו גיין שלאפן, פריער אדער שפעטער, און ס'ווערט נישט געדעקט אונטער'ן גאראנטי. די איינציגסטע עצה איז צו קויפן א פרישע בעטערי, און פרובירן ווען מעגליך צו ניצן דעם לעפטאפ בלויז מיט'ן ווייער, כדי אוועקצולייגן דעם בעטערי לעת הצורך.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 5:18 pm
דורך שוועמל
בדידי הוה עובדא ממש יעצט לעצטע וואך. די בעטערי איז מיר אויסגעגאנגען און מער נישט געארבייט. וואס מיינט איר כ'אב מיך געלאזט? א מכה בדופן! כ'אב געקויפט א נייע און שוין!
נאר אנשטאט צאלן 240 דאלער בערך פאר די אריגינעלע סאני בעטערי האב איך געקויפט פאר 70 דאלער א נאכגעמאכטע. אויב די אריגינעלע נוצט זיך אויס אין ארום 16 חדשים טא ווי שלעכט קען שוין זיין די כינעזער בעטערי, ביידע זענען געמאכט דארטן נאר איינס האט די סאני לאגא אויף זיך.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 5:30 pm
דורך מאשקע
און ווען ס'וועט אויפקראכן אינמיטן ניצן (היל"ת), וועסטו קענען שיקן א פראטעסט בריוו צום כינעזער אמבאסאדער אין יאפאן...
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 6:24 pm
דורך שוועמל
ס'האט א וואן יער וואראנטי.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 6:51 pm
דורך זיידעניו
סתם פאר אינטרעסאנטקייט, ר' חיים ווי לאנג האסטו עס שוין, בערך וויפיל מאל האסטו עס רעשטארס פער וואך?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 7:31 pm
דורך חיים
איך האב עס קוים א קורצע צייט עס האט אויסגעזען ווי עס גייט גיין שלאפן למעשה איז די פאולס עפעס צוריק ארויפגעשפרינגן
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 7:36 pm
דורך זיידעניו
אקעי איי גאריט..
עס גייט אזוי איינשלאפן יעדע שטיק צייט און מען דארף עס רעטשארדשן, וועסטו אוודאי פררעגן וויזוי מען טוט דאס, פלעין מען פלאגט איין די ווייער פון די קאמפיוטער אין די וואנט וועט זיך עס אטאמאטיש רעטשארדשען....
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 8:22 pm
דורך שוועמל
א שאד זיידי..
וואו ביסטו געווען יענע וואך ווען 'מיין' בעטערי האט נעבעך נישט געארבייט?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2008 12:44 am
דורך חיים
זיידעניו די ביסט זיכער אין דעים אדער עס איז סתם א השערה?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2008 1:00 am
דורך אלץ-ווייסער
עס איז דא אנייצע פון קאליברעיטן די באטערי.
וויאזוי: מ'לאזט די באטערי דרעיענען קאמפלעט (?) דורך א סעטינינג, און דער פראגראם הייבט דערנאך אן צו רעטארדדזשען די באטערי.
ס'קען דויערן א גאנצע נאכט אזא פראצעדור, דערנאך ארבעט עס בעסער, און ווינדאוס פאוער מענעדזשמענט וועט דערנאך גענוי וויסן וויפיל פראצענט איז פריי.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2008 9:42 am
דורך חיים
אפשר ביזטו אביסל מער מסביר
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2008 2:14 pm
דורך מאשקע
וויאזוי צו דרעינען א בעטערי:
מ'לאזט עס טשארדזשען ביז ס'ווערט פיל. נאכדעם ריסטארט מען דעם קאמפיוטער, מ'דרוקט F2 אדער וואטעווער די באטען איז אריינצוגיין אין setup, דאן נעמט מען ארויס דעם ווייער פון וואנט און מ'לאזט עס אפשטארבן. ס'קען דויערן א שיינע פאר שעה ווייל דער שווארץ-ווייסער סקרין ציעט כמעט נישט קיין לעקטער. ווען ס'האט זיך שוין ענדליך אויסגעלאשן, פלאגט מען עס צוריק איין און מ'צינדט עס אן געהעריג. מ'לאזט עס צוריק אנפילן ביז 100 פראצענט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2008 3:10 pm
דורך חיים
יישר כח