בלאט 1 פון 1
קאפיען אוצר החכמה?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2008 10:34 pm
דורך בן יועזר
כ'האב ביי מיר אין באזיס אן אוצר החמכה ה"ד (גקויפטע פאר כסף מלא) איך וולאט עס געוואלט קאפיען צי א פאספארט דרייו כדי איך זאל עס קענענן גרינגערהייט ארום טראגן, וויייסט איינער צי דאס לאזט זיך קאפיען צי א צוויטער ה"ד - דאכציך כהאב אמאל געהערט אז סהאט געוויסע בלאקס אין באגס וואס לאזן נישט צי אז סזאל ווערן געקאפיעט,
אין טאמער איז עס אזוי, ווייסט איינער ויאזוי כקען עס קאפיען אין בייפעסן די בלאקס, (פארשטייצעך פאר מיין באניץ נישט ח"ו עובר צי זיין אויף איסור השגת גבול, אין ועשית הישר והטוב)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 10:07 am
דורך אלעקסיי
היינט דאכט זיך פארקויפן זיי שוין אליינס פאספארט ה"ד'ס.
לגבי דיר, גיי אריבער צו דיין מעקלער, געב אים צוריק דיין גראבע ה"ד, און צאל ווי סך עס קאסט א פשוטע פאספארט, און איך גלויב ער וועט עס גערן אויפטוישען. אדער ברענג מיט דיר מיט דיין פאספארט, און ער וועט עס ווארשיינליך אריבערשטעלן אהין. פרוביר אויס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 12:57 pm
דורך בן יועזר
ער זאגט אבער אז די פאספארט ארבעט שטאטער ווי געווענליך, ממילא וואלט איך געקענט באשטיין צי בלייבן מיט צויי, וואס ווי פארשטענדליך וועט ער עס נישט טון פאר מיר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 2:08 pm
דורך אלעקסיי
היינטיגע פאספארטן ארבעטן שוין 'כמעט' אזוי שנעל ווי געהעריגע ה"ד, אפשר זיין פראגראם איז ספעציעל צו שווער פארן פאספארט צו דערהייבען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 2:14 pm
דורך בן יועזר
שכוח פאר דיין אינפא כוועל מאכן אביסל ריסוירטש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 4:18 pm
דורך מאשקע
די פאספארט הארד-דרייווס זענען 5,400 רפ"מ (רונדעס-פער-מינוט), קעגן געווענליכע 7,200 רפ"מ.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2008 1:31 am
דורך שוועמל
יעדע בעטערי דרייוו איז בלויז 5400, אויב נישט וועט עס פרעסן די בעטערי אין גאר א קורצע צייט.
אבער איך גלייב נישט אז דאס מאכט אויס 'אזא' חילוק אין שנעלקייט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2008 10:36 am
דורך בןהרחמן
איך מיין אז דו קענסט זיך א עצה געבן געבן אזוי, אוצר החכמה האט א אפשען אריבערצולייגן ספרים אויפן אייגענעם הארד-דרייוו וואס מען וויל כסדר האבן ביי זיך אפילו מען האט נישט קאנעקטעד די אוצר החכמה דרייוו, סאו אנשטאט צו לייגן אויף דיין C דרייוו קען זיין אז מען קען סעלעקטן א אנדערע דרייוו, דאן לייג דיר אריבער אויף דיין פאספארט ווייפיל ספרים דו ווילסט דורך די אפשען דאן וועסטו עס קענען באנוצען אן דארפן האבן מיט זיך די אוצר דרייוו,
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2008 11:55 am
דורך בן יועזר
פראבלעם: זיי האבן א לימיט פין 100 ספרים, זיי זענען געניטע חברה