בלאט 1 פון 2

אוועקווארפן אן אלטן קאמפיוטער

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 12:08 am
דורך קרעמער
ביים פסח'יג מאכן מיין שענקל, האב איך מיך אנגעשטויסן אינעם אלטן כלי וואס איך נוץ שוין נישט כמעט 3 יאר, וויל איך וויסן וויאזוי מען ווערט לויז דערפון. זענען דא ספעציעלע רעגולאציעס וואו מען מעג דאס אוועקשטעלן? לוינט זיך ארויסצונעמען חלקים דערפון?

(אפשר זאל איך דאס גאר ארויפשטעלן אויף אי-בעי אלס די קאמפיוטער וואס האט געגרינדעט די קרעטשמע :wink: )

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 8:53 am
דורך farshlufen
קרעמער:
דאס דארף ארויסגעשטעלט ווערן אין א ריסייקלינג פיק אפ טאג, ביי אונז אין בעט-שטיי פאלט עס אויס מיטוואך.
געב אבער אכט אז די אינפארמאציע זאל זיין אויסגעמעקט דארך א ספעציעלע פראגראם פאר דעם צוועק.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 11:13 am
דורך יאנאש
די קיבארד קען איך האבן?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 1:03 pm
דורך קרעמער
יישר כח פארשלאפן.

וויאזוי מעקט מען אויס די אינפארמאציע? פונקטליכע אינפארמאציע ביטע.

יאנאש;

ס'איז א לעפטאפ (איך האב גראדע אן איבריגן קיע-באורד, כמעט נישט גענוצט, אויב דו דארפסט עס וויכטיג)

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 1:04 pm
דורך יאנאש
שכוח קרעמער, כעלל עס אפנעמען נאך יו"ט אויב מעגליך.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 1:56 pm
דורך אלעקסיי
פיר אריבער א שטארקען מאגנאט אויפן הארד דרייוו (דאס נוצען די CIA אגענטן, אין פאל פון סכנה צו אריינפאלען אין שונא'ס האנט)

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 7:45 pm
דורך שוועמל
קרעמער,

ווען דו ווארפסט עס אוועק, פארגעס נישט צו מאכן א בילד.

מ'עט עס הענגען אין די גאסן צו שריפת חמץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2008 7:35 am
דורך farshlufen
קרעמער: דא איז דא אסאך גרעסע מומחים ווי מיר אין די פראגרעמס מיט וואס צו מעקן, פרעג זיי אן.

שוועמל: דו ביסט געפערלעך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2008 7:50 am
דורך קרעמער
אגב - פארשלאפן - נישט אין גאנץ בעד-סטיי איז די רעסקיילינג מיטוואך, דאכט זיך מיר נאר אויף בעדפארד עוועניו גופא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2008 7:56 am
דורך farshlufen
קרעמער: קען זיין דו ביסט גערעכט אבער אני הקטן וואוינט נישט אויף בעדפארד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2008 9:05 pm
דורך שוועמל
אויב דו זארגסט דיך טאקע איבער אינפארמאציע, דאן נעם ארויס די הארד דרייו מיט די מעמארי בעפאר דו ווארפסט עס אוועק.

דריי איבער פון אונטן קען מען עפענען א טירעלע. צומאל ברויךמען א שרויפן ציר דערצו.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 7:42 pm
דורך דארפסמאן
אויב די האסט א פיר באטען (קנעפלעך)מייז דארף איך עס

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 9:20 pm
דורך קרעמער
איך האב נישט קיין מייז

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 15, 2008 8:36 am
דורך יגרסהדותא
קרעמער; אמאמ, די פען נעם אויך ארויס, ס'קען צוניץ קומען זומער..

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 15, 2008 1:43 pm
דורך אלעקסיי
די גרויסע פלארעסענט באלב קען אויך גוט צוניצקומען... (אויב איז עס אן אלטע דעסקטאפ)

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 16, 2008 12:01 am
דורך שוועמל
די "ווינדאוס" קענסטו מיר געבן, ס'אט פונקט יעצט צובראכן ביי מיין באבע'ן אין שטוב איינס..


יגר;
די פען וועט דער בעטסטיי'ער שחור שוין ארויסקראצן ביים זאמלען די פלעשער...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 16, 2008 7:43 am
דורך farshlufen
קרעמער איך האב מיך היינט פארטאגס גוט ארום געקוקט וואו ס'איז דא ארויס געווארפן א קאמפיוטער, איך האב גארנישט געטראפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 16, 2008 5:01 pm
דורך קרעמער
דערווייל ליגט עס ביי מיר אין שענקל, ווייל דער עולם האט מיר נישט געגעבן גענוג אינפארמאציע וויאזוי אפצומעקן דעם הארד-דרייוו וכדומה

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 16, 2008 5:33 pm
דורך מיללער
לייג עס אין די 'קרעטשמע מוזעאום' עס וועט נאך אמאל ווערט זיין עפרות תבל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 17, 2008 5:32 pm
דורך שוועמל
איך האב א פראגראם וואס מעקט אויס פון א קאמפיוטער 'נאן-ריקאווערעבל'.

עס שרייבט איבער די הארד דרייוו צענדליגער מאל אזוי אז 99 פערצענט ווערט אלע דאטא חרוב אויף אייביג.
איך גלויב אז די לאבראטאריע אין וויסקאנסין איז די איינציגסטע וואס קען עס צוריקברענגען, איך דארף אנפרעגן דארטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 21, 2008 6:27 pm
דורך פויער
נו געב עס ארויס לתועלת הציבור

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 21, 2008 11:39 pm
דורך איש חסיד
דא http://www.download.com/File-Shredder/3 ... ?tag=lst-6 איז דא א גוטע פראגראם בחינם, עס האט 5 מעטאדן צו מעקן פין איין ביז 35, אבער צו אוועק ווארפן א הארד דרייו איז די בעסטע עצה צו ציברעכן מיט א האמער און לייגען עקסטער פון די גאנצע קאמפיוטער

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 1:17 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
איך פארשטיי נישט פארוואס איר זאלט דאס וועלן אוועקווארפן? ווי אלט איז עס? עס איז ממש שוין נישט נוצבאר?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 4:39 pm
דורך קרעמער
עס קריכט שטייטער ווי א טשערעפאכע (טורטל), און לאזט נישט אריין קיין שום USB, CD, אדער פלאפי-דיסק (דאס טייטש: איך קען נישט אריינלייגן דערין אדער ארויסנעמען דערפון קיין שום אינפארמאציע).

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 04, 2008 3:55 am
דורך פויער
ווי גרויס איז די הארד דרייוו?
אויב עס האט א באדייטענטע סכום קענסטו קויפן אזא קליינע USB שטיקל און עס קאנעקטן צו עני XP אדער וויסטע קאמפיוטער אזוי אן עקסטערנאל הארד דרייוו
אויב די דארף מער אינפארמאציע לאמיר וויסן