בלאט 1 פון 1
חיפוש אין PDF
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2008 2:45 pm
דורך Monticello
כ'האב אדאבא רידער 8, און כ'קען נישט זיכען אין א לאקאל PDF פייל. כ'דריק CTRL F, די אפציע צו זיכן קומט ארויף, אבער ער געפינט ניט גארניט. ער זיכט, ס'שרייבט זיך אויף דו פעידש נומערן ווי ער זיכט, דאן שרייבט זיך אויף: Reader has finished searching the document. No matches were found.
דער אמת איז אז ס'איז שוין איינמאל דא וואס צו טרעפן.
ברויך איך עפעס דאונלאודען? וואס?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2008 3:05 pm
דורך אלעקסיי
איז עס אן אלטען פי די עף לכאורה
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2008 3:15 pm
דורך Monticello
אלעקסיי האט געשריבן:איז עס אן אלטען פי די עף לכאורה
דער פייל, נישט די פראגרעם.
גערעכט, זייער מעגליך. יישר.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2008 3:17 pm
דורך אלעקסיי
אגב, עס איז לעצטענס ערשינען א נייער "ווינדאוס דעסקטאפ סירטש" (ענליך צו גוגל דעסקטאפ, אבער פיל בעסער בהשקפה ראשונה), וואס קען אריינבליקען אזש ביז אין פי די עף'ס, און ער האט מיר שוין געטראפן אפילו אין אלטע צוקראכטע פי די עף'ס אויכעט, עס לוינט צו פרובירען.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2008 4:54 pm
דורך מאשקע
מאנטיסעלאו, דו פרובירסט אפשר צו זוכן אידישע ווערטער? ווייל עפ"י רוב ארבעט נישט דער חיפוש מיט אידיש.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2008 11:27 pm
דורך אלעקסיי
ביימיר גייט עס יא, ספעציעל מיט די א.ד. נייע ווינדאוס פראגראם.