אוועק רוקען אשכולות
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 17, 2008 10:54 am
אויב עס איז נישט שווער וויל איך בעטן פאר די מנהלים דא פון דעם אשכול הע"י תבא עליהם ברכה, אויב עס איז מעגליך אוועק צו נעמן די צוויי ערשטע אשכולות וואס ליגן שוין דא אפאר וואכן, עס איז גראדע מורא'דיגע וויכטיגע און ניצבארע זאכן, אבער עס שטייט סתם אין וועג.
די סיבה צו מיין בקשה איז פשוט,,,,
נישט א יעדער איינער וואס קומט אריין דא אין קרעטשמע קומט ווייל ער האט איבריגע צייט, עס איז דא מענטשען וואס זענען ביזי איבערן קאפ און דאך נעמען זיי אוועק פון זייער טייערע צייט צו קומען דא און ארויס העלפן אנדערע מענטשן, ממילא אסאך מאהל קומט מען אריין מען כאפט א בליק צו מען קען ארויס העלפן און טאמער נישט גייט מען ווייטער, און עס איז זייער באקוועם צו גיבן א קוק אויף די "אובישטער" אשכול און קוקן צו מען קען העלפן, אויב אבער דארף מען גיין צו די דריטע און פערטע שורות און קוקען צו עס איז דא חדשות צו נישט ווערט מען אביסל דיזי, און עס נעמט אוועק צייט און געדולד פון די מענטשן וואס יאגן זיך,
אלעס אויב עס איז נישט צו שווער, יישר כח למפרע....