יאנאש, נישט ווען עס האלט שוין ביי 6 בלעטער און מעני מאר טו קאם.....
אז מען קען זיך גרינג אן עצה געבן און נישט משנה זיין סדרי הקרעטשמע, וואלט איך מייעץ געווען (שטייצעך אויף די_פאקט'ס חשבון) מען זאל עפענען א מייקראסאפט [אפיס] אפטיילונג (פורום בלה"פ)
און דארט אריינלייגן ווארד עקסעל און עקסעס און אלע אנדערע אפיס אנגעלעגענהייטן
(א שטיקל פשרה צווישן פאטאקי און יאנאש)
נאטאייך וואס ליפא שרייבט אין די 6 בלעטערדיגע ווארד אשכול:
ליפא האט געשריבן:יא יא, שכוח פאר'ן צוטיילן די נושאים,
אבער אפשר וואלט כדי געווען אז מען מאכט א עקסטרע אפטיילונג, איך ווייס נאך אליינס נישט פונקטליך וואס איך וויל, אבער די נושאים פון Word אליינס ווערן צווארפן דא אין "קאמפיוטער און פראגרעמינג", אמאל מאכט זיך א וויכטיגע שאלה און תשובה, און אמאל סתם א תגובה פון מאשקע איבער עפעס א גוטע לינק ווי איר וועט טרעפן פיל אינטערעסאנטע און ניצליכע הילף, טיפס און טריקס און טראבל-שיסעריי(קאפירייט) אין מייקראסאפט ווארד (איר וועט מיך באדאנקען דערפאר) וכדו', וואס ס'איז א שאד אז ס'זאל איינזינקען אין די תהומות הקרעטשמע און דער דור האחרון אשר יקומו אחרינו וועלן דארפן צוריקגיין און אפליינען אפאר טויזענט (?) אשכולות'ען ווייל ער זוכט עפעס אין ווארד.
וואלט מען געדארפט עפעס אויסארבעטן א מהלך ווי למשל אן Office אפטיילונג, למעשה דער עולם איז צוגעבינדן צו Word, Excel און נאך אנדערע מייקראסאפט פראגרעמס וואס האבן אלע מער ווייניגער די זעלבע אפשענס, געצייג, און שארט קאטס, און צומאל א תשובה אין ווארד איז א מהלך אין עקסעל.
שוין איך דער שוין אביסל צופיל אבער מיין פאוינט מיין איך אז כ'האב עס שוין גענוג ארויסגעברענגט, איך געב אייך איבער די החלטה, ותשועה ברוב יועץ.
נ.ב. באלד וועט נאך פאטאקי מאכן א סקר וואס דער עולם וויל........