בלאט 1 פון 3
זיך לערנען טייפען - ווי לאנג דארף דאס געדויערן?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 8:53 pm
דורך אלעקסיי
זיך לערנען טייפען - ווי לאנג דארף דאס געדויערן?
איך פרוביר מיר לעצטענס זיך לערנען טייפן, אבער עס נעמט מיר זייער לאנג. ביז היינט, און נאך היינט אויך טייפ איך מיט 3-4 פינגערס, ד.ה. די אצבע ואמה פון די רעכטע האנט, און די אמה - און צומאל אויך די אצבע - פון די לינקע האנט. האט זיך מיר אבער פארגלוסט צו קענען געהעריג טייפן, האב איך מיר פרובירט לערנען אויף א טייפינג סידי, געדויערט עס שוין איבער 10 שעה, און קוים וואס איך קען שוין די קיבארד, אבער עס נעמט דאך געפערליך לאנג, אויף די אלטע וועג וואס איך האב מיר איינגעוואוינט, ד.ה. אזוי ווי איך טייפ איצט נעמט עס מיר פיל פיל שנעלער, ווי לאנג דארף דאס געדויערן זיך אויסצולערנען קאמפליעט? איך פרעג נישט די נארישע קשיא צו עס לוינט, ווייל ווען איך זעה ווי אזוי אנדערע טייפן, צומאל נאך שנעלער ווי איך קוים אויפכאפען פארשטיי איך אליינס אז עס לוינט די אלע מיה און פלאג, איך וויל נאר וויסען עד מתי! ווילאנג נאך וועט נעמען אז איך זאל שניידען די פירות דערפון?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 12:34 am
דורך איך_הער
ס'איז זייער שווער צו זאגן פאר איינעם וואס איז צו געוואוינט צו טייפן אנדערש, ווייל פאר א נייעם שרייבער, דארף צען שעה זיין גענוג צו קענען טייפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 10:47 am
דורך אלעקסיי
מיינסט צו זאגען שבשתא כיון דעל על
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 5:54 pm
דורך ליפא
http://sense-lang.org/typing.html
זייער א גוטע וועב-בעיסד טייפינג פראגרעם, גיי צו touch typing און דערנאך אראפ ביז אונטן צו היברו קיבארד.
קודם וועט ער דיר הייסן אריינלייגן "טעקסט" ווייל זיין שיטה איז אז מ'קען זיך נישט אויסלערנען ווי א פראפעשאנעל נאר אז מען טייפט גאנצע פאראגראפן.
ממילא, לאז דאס אויס און גיי גלייך צו שיעור 1
מאך זיכער אז דיין קיבארד איז אידיש
און הצלחה רבה
נ.ב. דיין הצלחה איז אונזער רווח, אפשר אזוי וועט מען האבן לענגערע שענערע ארטיקלען
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 6:30 pm
דורך יוםטובערליך
איך מיין אז לייגן אידישע סטיקערס אויפ'ן קיבאורד איז די גרעסטע טעות וואס מ'קען מאכן. דאס מאכט מ'זאל קוקן אויפ'ן קיבאורד און אז מ'קוקט אויפ'ן קיבאורד איז "נישט מעגליך" צו טייפן שנעל מיט אלע צען פינגערס.
איין עצה איז צו נוצן סאפטוועיר אדער וועבסייטס - וואס איך האלט נישט פון די עצה.
נארוואדען, מען זאל מאכן א צעטל פון די אידישע אויסשטעל פון די קיבארד, אראפלייגן אויפ'ן טיש, און טייפן ווערטער בשעת די אויגן קוקן אויף דעם צעטל, נישט אויפ'ן קיבאורד. פארשטייט זיך, מען דארף אלץ האלטן די פינגערס אויפ'ן זעלבן סיסטעם, ביי די J און F, כידוע.
בדוק ומנוסה.
מיט דעם סיסטעם האב איך געכאפט די אידישע טייפינג סיסטעם אין א האלבע שעה. נאכדעם האב איך געקענט טייפן אויסנווייניג גאנץ שטאאט, נאכדעם שנעלער און שנעלער, ביז ביז...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 9:54 pm
דורך מאשקע
איך האב מיך געלערנט אויפ'ן פראגראם "מלמד". ס'מאכט א גוטן דזשאב און גאנץ שנעל.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 9:58 pm
דורך לאז געמאכט
ר' מאשקע אז די דערמאנסט א פראגראם אין אזוי אויך יעדער וואס דערמאנט ווערט זייער געבעטן אויב מעגליך לייגן א לינק צו דעם.
יישר כח
נ.ב. איך ברויך עס נישט פאר מיר אבער עס קען צוניץ קומען פאר אנדערע וואס בעטן מיך כסדר וויזוי מען קען זיך לערנען אז די געסט מיר א לינק העליך עס קענן שיקן ווייטער אין אסאך אידן וועלן הנאה האבן
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 10:00 pm
דורך cano
מאשקע האט געשריבן:איך האב מיך געלערנט אויפ'ן פראגראם "מלמד". ס'מאכט א גוטן דזשאב און גאנץ שנעל.
אויף וויפיל פלאפיס איז געווען די פראגרעם אין יענע צייטען?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 10:04 pm
דורך לאז געמאכט
פון ווי ווייסטו ווי לאנג צוריק מאשקע האט זיך געלערנט טייפן? די האסט דעם פראגראם?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 10:19 pm
דורך thefact
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 10:33 pm
דורך מאשקע
לאז געמאכט, כ'האב עס בלויז אויף א פלאפי (קאנאו ווייסט גאנץ גוט וואס ער רעדט...).
איך קען דיר עס שיקן אין א טעלער זופ, און דו קענסט עס געבן לכל מאן דבעי.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 10:55 pm
דורך לאז געמאכט
איים סארי אבער איך ווייס נישט וואס א טעלער זיפ מיינט...
אויב די קענסט עס אפלאדען צו איינע פון די אפלאדערס וואלט איך עס זייער עפרישיעטעט
אויב איז עס אויפ א פלאפי קען עס נישט דוירן צו לאנג ארויפ צו לאדענן ווייל אויפ א פלאפי פיט ניטש צו פיל כידוע..
שקויעוח
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 11:00 pm
דורך מאשקע
א טעלער זופ מיינט א "זיפ" פייל. שיק מיר דיין אי-מעיל אדרעס צו
fiddler100@gmail.com ווייל ביי יענעם קאמפיוטער וואו איך גיי עס זיפן האב איך נישט קיין צוטריט צום קרעטשמע.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 6:14 pm
דורך לאז געמאכט
מאשקע האט געשריבן:א טעלער זופ מיינט א "זיפ" פייל. שיק מיר דיין אי-מעיל אדרעס צו
fiddler100@gmail.com ווייל ביי יענעם קאמפיוטער וואו איך גיי עס זיפן האב איך נישט קיין צוטריט צום קרעטשמע.
א גרויסן שקויעח מאשקע פאר די פראגראם עס איז ממש געוואלדיג דאס האב איך געזוכט!
הגם עס איז אויפ דאטס אבער סנאך אלץ א מחי'
יישר כוחם
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 1:13 pm
דורך פאטאקי08
און וואס וועט זיין מיט מיר וויאזוי וועל איך דאס באקומען איך טייפ שוין איבער זעקס זיבן יאר אינעווענדיג און סגייט מיר נישט אפילו איין ווארט אויף אויסענווייניג
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 5:28 pm
דורך לאז געמאכט
אקעי איך לייג דאס דא ארויף ווער עס וויל קען עס פון דא נעמען - אלע שקויעכס קומט זיך פארן ראש הקהל מאשקע ירום הודו ער האט מיר דאס געגעבן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 5:38 pm
דורך אנדי פעטיט
פאטאקי כתב:
און וואס וועט זיין מיט מיר וויאזוי וועל איך דאס באקומען איך טייפ שוין איבער זעקס זיבן יאר אינעווענדיג און סגייט מיר נישט אפילו איין ווארט אויף אויסענווייניג
הרב פאטאקי יר"ה,
זיי נישט באזארגט, אונזערע עלטער זיידעס און עלטער באבעס האבן אויך געטייפט אזוי און זיי האבן געהאט ברויט אין שטוב.
[/b]
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 12:11 pm
דורך פאטאקי08
שכח אנדי
אגב וואס האסטו געוואלט שרייבען אין באלד?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 4:41 pm
דורך thefact
ליפא האט געשריבן:http://sense-lang.org/typing.html
זייער א גוטע וועב-בעיסד טייפינג פראגרעם, גיי צו touch typing און דערנאך אראפ ביז אונטן צו היברו קיבארד.
קודם וועט ער דיר הייסן אריינלייגן "טעקסט" ווייל זיין שיטה איז אז מ'קען זיך נישט אויסלערנען ווי א פראפעשאנעל נאר אז מען טייפט גאנצע פאראגראפן.
ממילא, לאז דאס אויס און גיי גלייך צו שיעור 1
מאך זיכער אז דיין קיבארד איז אידיש
און הצלחה רבה
נ.ב. דיין הצלחה איז אונזער רווח, אפשר אזוי וועט מען האבן לענגערע שענערע ארטיקלען
ריזיג!!!
שכח ליפא!!!
א לינק גראד צו אידיש
http://sense-lang.org/typing/Hebrew.html
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 5:54 pm
דורך ליפא
אזוי ווי איך זעה אז קיינער קימערט זיך נישט מיט מיר וועל איך זיך מיזן אליינס קרעדיטירן
ערעב די_פאקט, קרעדיט ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2008 11:05 am
דורך thefact
ליפא האט געשריבן:http://sense-lang.org/typing.html
זייער א גוטע וועב-בעיסד טייפינג פראגרעם, גיי צו touch typing און דערנאך אראפ ביז אונטן צו היברו קיבארד.
קודם וועט ער דיר הייסן אריינלייגן "טעקסט" ווייל זיין שיטה איז אז מ'קען זיך נישט אויסלערנען ווי א פראפעשאנעל נאר אז מען טייפט גאנצע פאראגראפן.
ממילא, לאז דאס אויס און גיי גלייך צו שיעור 1
מאך זיכער אז דיין קיבארד איז אידיש
און הצלחה רבה
נ.ב. דיין הצלחה איז אונזער רווח, אפשר אזוי וועט מען האבן לענגערע שענערע ארטיקלען
ליפא האט געשריבן:אזוי ווי איך זעה אז קיינער קימערט זיך נישט מיט מיר וועל איך זיך מיזן אליינס קרעדיטירן
ערעב די_פאקט, קרעדיט ?
פארראכטן
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2008 12:06 am
דורך הכל בכל מכל
ביימיר איז פונקט פארקערט אז דורך דעם וואס איך האב געשיבן די יודישע אותיות אויפן קאמפיוטער האב איך זיך אויסגעלערנט שרעעבן געך נאר אמת נישט מיט אלע10 פינגער אויך קוקאיך נישט אויפן סקרין בשעתן שרייבן נאר אויףן קיבארד
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2008 6:42 pm
דורך מאשקע
לויט דיין תגובה קוקט אויס אז דו האסט געקוקט נישט אויפ'ן קיבארד און נישט אויפ'ן סקרין...
(בלויז א טשעפע...)
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2008 4:37 pm
דורך שמערי בערי
מאשקע
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 12:10 pm
דורך אויפריכטיג
משה קאפויער, ביטע זייט מסביר וואס דער ביכל איז, און וויאזוי ער לערנט אויס טייפן.