זיך לערנען טייפען - ווי לאנג דארף דאס געדויערן?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר נייעס »

אלעקסיי האט געשריבן:זיך לערנען טייפען - ווי לאנג דארף דאס געדויערן?
איך פרוביר מיר לעצטענס זיך לערנען טייפן, אבער עס נעמט מיר זייער לאנג. ביז היינט, און נאך היינט אויך טייפ איך מיט 3-4 פינגערס, ד.ה. די אצבע ואמה פון די רעכטע האנט, און די אמה - און צומאל אויך די אצבע - פון די לינקע האנט. האט זיך מיר אבער פארגלוסט צו קענען געהעריג טייפן, האב איך מיר פרובירט לערנען אויף א טייפינג סידי, געדויערט עס שוין איבער 10 שעה, און קוים וואס איך קען שוין די קיבארד, אבער עס נעמט דאך געפערליך לאנג, אויף די אלטע וועג וואס איך האב מיר איינגעוואוינט, ד.ה. אזוי ווי איך טייפ איצט נעמט עס מיר פיל פיל שנעלער, ווי לאנג דארף דאס געדויערן זיך אויסצולערנען קאמפליעט? איך פרעג נישט די נארישע קשיא צו עס לוינט, ווייל ווען איך זעה ווי אזוי אנדערע טייפן, צומאל נאך שנעלער ווי איך קוים אויפכאפען פארשטיי איך אליינס אז עס לוינט די אלע מיה און פלאג, איך וויל נאר וויסען עד מתי! ווילאנג נאך וועט נעמען אז איך זאל שניידען די פירות דערפון?

די האסט נאך אלץ די סידי ?
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

ווי יעדע נייע זאך קען מען זיך נאר דערלערנען מיט עקשנות
טייפן יעדן טאג בערך א האלבע שעה א שעה, דוקא מיט אלע צען פינגערס, קוקענדיג נאר אויפ'ן בלעטל נישט אויפ'ן קיבארד און אוודאי נישט אויפ'ן סקרין.
דאס איז דער אלטער אויסגעפריווטער וועג, נישט ווי די היינטיגע פראגראמען וועלכע לערנען טייפן אזוי ווי מען לערנט א"ב מיט צוריקגעשטאנענע קינדער.
נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר נייעס »

אבער וואס זאל איך טהון אז איך קען נאך נשט אזוי גוט די קיבארט
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

איעצכם ושמעו בקולי.

לאמיר אייך זאגן פון מיין אייגענע ערפארונג, לויט ווי איך פארשטיי ווייסטו וועלכע קנעפל איז וועלכע אות, און לויט ווי איך פארשטיי איז דיין פרנסה נישט פון טייפן.
אלזו הער זיך גוט איין, פון היינט און ווייטער טייפסטו מיט צען פינגער'ס! פינטל.
די ערשטע פאר טעג (אפשר פאר וואכן) וועט עס גיין נערווירנד שטאט, אבער מאך זיך נישט צוטון, מיט די צייט וועט עס ווערן שנעלער און שנעלער, איך האב אויך אזוי געטון, נאר מיט אן עקשנות, היינט טייפ איך 15,000 ביז 18,000 א שעה, און זאל דיר זיין קלאר עס ווערט נישט אזוי שנעל פון אביסל טייפן, אדער פון אפאר חדשים, פאר מיר האט עס געדויערט יארן (איך פיר זיך צו מאכן בעקספעיס אינמיטן טייפן אויב איך מאך א טעות, ווען מען לערנט דיר אויס טייפן, סיי ווער עס איז, לערנט מען דיר אויס אז מען גייט נישט צוריק פאר א טעות, וואס איז לויט מיין מיינונג א פאטאלער גרייז, און וועגן דעם רוב טייפער'ס מאכן צענדליגער גרייזן).

פונקטליכע אנווייזונגען:
לייג ארויף דיין הענט מיט דעם ערשטן פינגער אויף די J און F, אזוי ווי מען דארף.
יעצט ווען די דארפסט דריקן אן אות לאמיר דיר אויסלערנען וועלכע פינגער'ס צו נוצן פאר יעדן אות (איך וועל שרייבן פאר א גערעכטער, פאר א געלינקטער איז א אנדערע פרשה):
פאר די אותיות ,-ף-. נוץ די לעצטע פינגער פון די רעכטע האנט.
פאר די אותיות פ-ך-ם-ץ נוץ איינס פאר די לעצטע פינגער פון די רעכטע האנט.
פאר די אותיות ן-ל-ת נוץ די מיטלסטע פינגער פון די רעכטע האנט.
פאר די אותיות ו-ט-ח-י-צ-מ-נ נוץ די ערשטע פינגער פון די רעכטע האנט.
פאר די אותיות א-ר-ע-כ-ה-ב נוץ די ערשטע פינגער פון די לינקע האנט.
פאר די אותיות ק-ג-ס נוץ די מיטלסטע פינגער פון די לינקע האנט.
פאר די אותיות '-ד-ז נוץ איינס פאר די לעצטע פינגער פון די לינקע האנט.
פאר דעם אות ש נוץ די לעצטע פינגער פון די לינקע האנט.
פאר דעם בעקספעיס קנעפל נוץ די לעצטע פינגער פון די רעכטע האנט.
פאר דעם ספעיס קנעפל נוץ דעם דיקן פינגער פון די רעכטע האנט.
פאר ר"ת איז אויך גוט אז דו זאלסט זיך צוגעוואוינען צו נוצן די לעצטע פינגער פון דיין רעכטע האנט צו דריקן דעם שיפט קנעפל, און איינס פאר דעם צו דרוקן דעם ר"ת קנעפל.
פאר אלע איבריגע קנעפלעך נוץ וועלכע פינגער עס קומט אויס גוט (אבער הייב פריער אויף דיין האנט פון דעם קיבאורד).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר האט מען אויסגעלערנט אז די "פ" דרוקט מען אראפ דורך דעם זרת פון די רעכטע האנט

די "נ" דרוק איך מיטן אצבע פון די לינקע האנט

"ספעיס" נוץ איך דעם אגודל פון די לינקע האנט

"ראשי תיבות" נוץ איך דעם לינקן זרת פאר די "שיפט" און די רעכטע זרת פאר די "שטרעכלעך"
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

והדברים פשוטים
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שוועמל האט געשריבן:והדברים פשוטים

צו מאכן ראשי תיבות האב איך געמאכט א אוטו-קארעקט פון א קאמע ווערט שטערכלעך.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

קרעמער האט געשריבן:מיר האט מען אויסגעלערנט אז די "פ" דרוקט מען אראפ דורך דעם זרת פון די רעכטע האנט

די "נ" דרוק איך מיטן אצבע פון די לינקע האנט

"ספעיס" נוץ איך דעם אגודל פון די לינקע האנט

"ראשי תיבות" נוץ איך דעם לינקן זרת פאר די "שיפט" און די רעכטע זרת פאר די "שטרעכלעך"

איך מעג פרובירן צוטרעפן אז דו ביזט א געלינקטער?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איזעי האט געשריבן:

נאופס. טריי אגעין
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

למעלה משבעים האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:והדברים פשוטים

צו מאכן ראשי תיבות האב איך געמאכט א אוטו-קארעקט פון א קאמע ווערט שטערכלעך.

און ווען דו דארפסט מאכן א קאמע?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מאכט מען גלייך בעקספעיס.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

למעלה משבעים האט געשריבן:מאכט מען גלייך בעקספעיס.

עס איז א שאד צו טייפן איבריג, עס איז פיל בעסער ווען מען מאכט א אוטא קארעקט פון צוויי אויבנשטרעכלעך זאל ווערן א ר"ת.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס איז אזוי שווער צו מאכן שיפט + קאמע?
וועט עס ווערן "אוטאמאטיש" א קוואט. (גאדע א פלא פון א זאך דאס)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איזעי האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מיר האט מען אויסגעלערנט אז די "פ" דרוקט מען אראפ דורך דעם זרת פון די רעכטע האנט

די "נ" דרוק איך מיטן אצבע פון די לינקע האנט

"ספעיס" נוץ איך דעם אגודל פון די לינקע האנט

"ראשי תיבות" נוץ איך דעם לינקן זרת פאר די "שיפט" און די רעכטע זרת פאר די "שטרעכלעך"

איך מעג פרובירן צוטרעפן אז דו ביזט א געלינקטער?

כא'ב מורא איזעי ווייסט נישט וואס זרת און אגודל מיינען.

אגב, איך פלעג נוצן אן ענליכן פראגראם וואס האט מיך ממש גאר שנעל אויסגעלערענט טייפן.

היינט איז שוין דא א בעסערע, עס איז גענצליך פריי און אונליין, אפילו איר האט נישט קיין אידיש קענט איר דאס אויך נוצן.
איך נוץ דאס צומאל פון א פרעמדע קאמפיוטער ווען איך וויל טייפן עפעס אין אייוועלט.

http://www.google.co.il/
ציה אראפ די קיבארד פון די זייט וועסטו קענען זען וואס דו טייפסט
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום זונטאג פעברואר 27, 2011 5:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

שוועמל האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מיר האט מען אויסגעלערנט אז די "פ" דרוקט מען אראפ דורך דעם זרת פון די רעכטע האנט

די "נ" דרוק איך מיטן אצבע פון די לינקע האנט

"ספעיס" נוץ איך דעם אגודל פון די לינקע האנט

"ראשי תיבות" נוץ איך דעם לינקן זרת פאר די "שיפט" און די רעכטע זרת פאר די "שטרעכלעך"

איך מעג פרובירן צוטרעפן אז דו ביזט א געלינקטער?

כא'ב מורא איזעי ווייסט נישט וואס זרת און אגודל מיינען.

גראדע נישט צוגעטראפן.

וואס רעכט און לינק מיינען ווייסטו, קוק וועסטו זען אז פאר די 'נ' 'ספעיס' און 'שיפט' נוצט ער די לינקע האנט אנשטאט די רעכטע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ספעיס און שיפט שטימט דאך מוראדיג, די קשיא איז אויף די "נ" , נו דאס איז א קלארער טייפא.
והראיה שיפט יוכיח.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

נישט פארשטאנען
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שוועמל די סיבה פון מאכן אוטו-קארעקט איז אלץ די לינקע האנט ניצט מען זייער ווייניג אין די דירעקשן פון דעם שיפט, ממילא איז עס געווען פארמיר זייער שווער, און ממש יעדע מאל וואס איך האב געדריקט דעם שיפט איז עס נישט געווען צוזאמען מיט דעם קאמע....
ממילא האב איך געמאכט אן אוטו-קארעקט.
און צו מאכן אויף צוויי שטרעכלעך אן אוטו-קארעקט, באמת יעצט צו טוישן איז שוין פארשטייט זיך זייער זייער שווער, אבער מעיקרא ווען איך האב דאס געטון, איז עס געווען ווען איך האב געטייפט א קונטרס וואס האט געהאט מער ר"ת ווי קאמע'ס, ממילא איז אויסגעקומען די וועג ווייניגער צו טייפן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איזעי האט געשריבן:נישט פארשטאנען

איך זאג אז דאס וואס קרעמער שרייבט "די "נ" דרוק איך מיטן אצבע פון די לינקע האנט" איז זיכער געווען א טייפא (טעות), משום כמה סיבות:

ווייל דאס איז נישט קיין מציאות אפילו אויב איז ער א געלינקטער.
ווייל דאס וואס ער נוצט ספעיס און שיפט מיט די לינקע האנט שטימט סיי צי ער איז געלינקט צי גערעכט.
און איך קען דיר מעיד זיין אז קרעמער איז נישט קיין געלינקטער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

פארוואס איז נישט במציאות צו טייפן די "נ" מיט די אצבע פון די לינקע האנט? פערצופאל טייפ איך אזוי.
באמת כאפ איך בכלל נישט דער חילוק, ס'איז אייניג ווייט פון די צוויי אצבעות (פונקט ווי דער "ט" איז לפי דעתי נישט קיין גרויסע נפ"מ).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוועמל האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:נישט פארשטאנען

איך זאג אז דאס וואס קרעמער שרייבט "די "נ" דרוק איך מיטן אצבע פון די לינקע האנט" איז זיכער געווען א טייפא (טעות), משום כמה סיבות:

ווייל דאס איז נישט קיין מציאות אפילו אויב איז ער א געלינקטער.
ווייל דאס וואס ער נוצט ספעיס און שיפט מיט די לינקע האנט שטימט סיי צי ער איז געלינקט צי גערעכט.
און איך קען דיר מעיד זיין אז קרעמער איז נישט קיין געלינקטער.

איך האב מיך געלערנט טייפן פון די "בית רחל" ביכל וואס ר' בנימין הערש בערקאוויטש שליט"א האט געלאזט שרייבן מיט צענדליגער יארן צוריק. איך האב מיך נאך געלערנט אויף א טייפרייטער אלס קינד (מען קען זאגען אז מיין טאטע האט ריכטיג מקיים געווען דעם מאמר חז"ל פון מלמדו אומנות...)

הכלל, דארט איז געשטאנען אז דער "ט" טייפט מען מיטן רעכטן אצבע, און די "נ" מיטן לינקן. וכן אני נוהג עד היום הזה ועד בכלל.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קרעמער האט געשריבן:איך האב מיך געלערנט טייפן פון די "בית רחל" ביכל וואס ר' בנימין הערש בערקאוויטש שליט"א האט געלאזט שרייבן מיט צענדליגער יארן צוריק. איך האב מיך נאך געלערנט אויף א טייפרייטער אלס קינד (מען קען זאגען אז מיין טאטע האט ריכטיג מקיים געווען דעם מאמר חז"ל פון מלמדו אומנות...)

הכלל, דארט איז געשטאנען אז דער "ט" טייפט מען מיטן רעכטן אצבע, און די "נ" מיטן לינקן. וכן אני נוהג עד היום הזה ועד בכלל.

האלטסט אז הרה"ח ר' בנימין הערש שליט"א האט געפרעגט רביה"ק זי"ע וויאזוי אויסצולערנען טייפן?...
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

i have a program that also learns as kramer said
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך האב מיך געלערנט טייפן פון די "בית רחל" ביכל וואס ר' בנימין הערש בערקאוויטש שליט"א האט געלאזט שרייבן מיט צענדליגער יארן צוריק. איך האב מיך נאך געלערנט אויף א טייפרייטער אלס קינד (מען קען זאגען אז מיין טאטע האט ריכטיג מקיים געווען דעם מאמר חז"ל פון מלמדו אומנות...)

הכלל, דארט איז געשטאנען אז דער "ט" טייפט מען מיטן רעכטן אצבע, און די "נ" מיטן לינקן. וכן אני נוהג עד היום הזה ועד בכלל.

האלטסט אז הרה"ח ר' בנימין הערש שליט"א האט געפרעגט רביה"ק זי"ע וויאזוי אויסצולערנען טייפן?...

וואו זעהסטו דאס אין מיינע ווערטער?
איך זאג נישט אז דאס איז הלכה למשה מסיני, אבער עס איז א שיטה וואס טויזנטער האבן אזוי געלערנט
שרייב תגובה

צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”