בלאט 1 פון 1

גוגל דעסקטאפ פראבלעמען [מסודר]

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 1:18 pm
דורך פאפיגיי
לעצטענס מאכט מיר מיין גוגל דעסקאפ פראבלעמען, ער האט אפגעמאכט אז כשמו כן הוא גוגל, נאר פארן "דעסקטאפ", דהיינט ער טרעפט מיר נאר פונעם דעסקאפ, סטייטש, פיילס וואס ליגען ממש אויפן דעסקטאפ, אבער א פייל וואס ליגט שוין אין א פאלדער, הויבט ער נישט אן צו וויסען וואס איך זוך, וואס קען זיין די פראבלעים???

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 22, 2007 7:20 pm
דורך קרעמער
עפן אויף גוגעל דעסקטאפ, דרוק אויף DESKTOP PREFERENCES

די ערשטע קעסטל פרעגן זיי "וואו" זיי זאלן אלץ זוכן, SEARCH TYPES. מאך א טשעק ביי אלע פראגראמען וואס דו ווילסט זיי זאלן דורכטאן ביים זוך-אקציע.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 22, 2007 8:07 pm
דורך לחיים ולברכה
אגב, יאך האב זייער אן אינטערסאנטע פראבלעם.
לעצטענס האבעך פארמאכט גוגל דעסקטאפ און כאבעם אנגעשטעלט אז ער זאל זיך נישט עפענען מיט ווינדאוס. אבער ווען אימער כ'עפען קוויקבוקס, עפענט זיך אויך גוגל דעסקטאפ.
לעכוירע איז פשט, איינער פון די אפשענס ביים אינסטאלן קוויקבוקס איז אז ס'זאל זיין אינטעגרעיטעד מיט גוגל, קען זיין אז דאס מאכט פראבלעמס.

אבער כ'דארף לויז ווערן דערפון באצייטנס, ווייל ס'איז זייער אומבאטעמט ווען מיין בעה"ב וויל זעהן מיין קוויקבוקס פייל, און ס'שפרינגט ארויף אלע חברי הקרעטשמע אויף גוגל טאלק וואס איז אינעם גוגל דעסקטאפ. קען מיר איינער העלפן?

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 22, 2007 8:12 pm
דורך מאשקע
ווילאנג דו געסט דיך אן עצה, נעם ארויס גוגעל טאלק פון גוגעל דעסקטאפ.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 22, 2007 8:18 pm
דורך לחיים ולברכה
דערווייל האבעך אנגעשטעלט אז ס'זאל נישט זיין סיידבאר.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 22, 2007 10:15 pm
דורך שוועמל
זאג דיין בעלי-באס סי'ז עפעס א וויירוס מען דאף עס קלינען.

Re: גוגל דעסקאפ פראבלעמען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 1:33 pm
דורך פאטאקי08
פאפיגיי האט געשריבן:לעצטענס מאכט מיר מיין גוגל דעסקאפ פראבלעמען, ער האט אפגעמאכט אז כשמו כן הוא גוגל, נאר פארן "דעסקטאפ", דהיינט ער טרעפט מיר נאר פונעם דעסקאפ, סטייטש, פיילס וואס ליגען ממש אויפן דעסקטאפ, אבער א פייל וואס ליגט שוין אין א פאלדער, הויבט ער נישט אן צו וויסען וואס איך זוך, וואס קען זיין די פראבלעים???


דארפסט רי-אינדעקסען גוגל דעסקטאפ

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 10:57 pm
דורך thefact
ס'איז מסתם א פרעפרענץ אדער א סעטינג אדער טוישן די פרעפרענץ אדער יש לטריי א אנאינסטאל וריאינסטאל

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 10:30 am
דורך פאפיגיי
דערווייל פארשטיי איך נאכנישט קיין ספאניש, טייערע אידען

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 2:55 pm
דורך thefact
ספאניש ?

כהאה געמיינט צו זאגן אז ס'איז מסתם די פראבלעים א פרעפרענץ אדער א סעטינג האט זיך געטוישט
און די עצה איז אדער צוריקצוטוישן די פרעפרענץ אדער צו טרייען צו אנאינסטאלן און דערנאך צו ריאינסטאלן גוגל דעסקטאפ

איצט באמערק איך אז קרעמער האט שוין געשריבן אויבן:
קרעמער האט געשריבן:עפן אויף גוגעל דעסקטאפ, דרוק אויף DESKTOP PREFERENCES
די ערשטע קעסטל פרעגן זיי "וואו" זיי זאלן אלץ זוכן, SEARCH TYPES. מאך א טשעק ביי אלע פראגראמען וואס דו ווילסט זיי זאלן דורכטאן ביים זוך-אקציע.


פאטאקי האט געגעבן די עצה:
צו רי-אינדעקסען גוגל דעסקטאפ (דריק אויף די גוגל דעסקטאפ אייקאן און קליק אויף RE-INDEX)
פאטאקי האט געשריבן:דארפסט רי-אינדעקסען גוגל דעסקטאפ

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2015 9:41 am
דורך מי יודע
וואס טוט זיך היינט מיט גוגל דעסקטאפ, איך פלעג עס אמאל נוצן, און זייט איך האב געקויפט מיין נייע קאמפיוטער שוין עטליכע יאר האב איך עס נישט נאכאמאל אינסטאלט, למעשה היינט האב איך באשלאסן אז איך וויל עס אינסטאלן זע איך אז ס'איז נישטא צו באקומען נאר ביי טירט פארטי סייטס וואס איך האב מורא וועגן וויירוס, למעשה איז דאס נאך א פראדוקט אדער איז עס שוין געאפגרעידט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2015 4:00 pm
דורך למעלה משבעים
איך ניץ עס מיט גרויס צופרידנהייט, און איך האב געסעיווט די אינסטאלעישן פייל פון זיי דירעקט, דא האסטו עס פון מיין דראפבאקס. https://www.dropbox.com/s/awqn2ew2bviek ... p.exe?dl=0

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2015 4:41 pm
דורך מי יודע
למעלה משבעים האט געשריבן:איך ניץ עס מיט גרויס צופרידנהייט, און איך האב געסעיווט די אינסטאלעישן פייל פון זיי דירעקט, דא האסטו עס פון מיין דראפבאקס. https://www.dropbox.com/s/awqn2ew2bviek ... p.exe?dl=0

יישר כחכם
אבער למעשה וואס טוט זיך ביי זיי, האבן זיי דאס געאפגרעידט צו וואס?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2015 4:42 pm
דורך למעלה משבעים
זיי האבן פארגעסן פון אזא פראגרעם... ביי זיי עקזעסטירט עס שוין נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2015 11:59 pm
דורך גוגל
וואס טוט עס?