בלאט 1 פון 1

איך ויל קויפן א קאמפיוטער סקענער

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 4:55 pm
דורך פאטאקי08
נישט א צאלע סקענער נאר צי אריין סקענען קאפיס אין קאמפיוטער

בעיקר דארף איך עס פאר טשעקס וכדומה
וועלכע מאדעל איז די בעסטע?
איינער זאגט מיר אז מען קען היינט סקענען אזוי אז די קאמיוטער זאל קענען ליינען די ווערטער
ווייסט איינער צי סאיז טאקע דא זאזא זאך און וויפיל סקאסט?

תודה רבה למפרע

Re: איך ויל קויפן א קאמפיוטער סקענער

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 5:02 pm
דורך 3x0
פאטאקי08 האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז מען קען היינט סקענען אזוי אז די קאמיוטער זאל קענען ליינען די ווערטער
ווייסט איינער צי סאיז טאקע דא זאזא זאך און וויפיל סקאסט?

איך ווייס אז עס איז דא, אבער איך ווייס נישט וויפיל עס קאסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 5:26 pm
דורך בני היכלא
דו רעדסט פון אידישע ווערטער?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 5:30 pm
דורך 3x0
אז ער רעדט פון טשעקס, רעדט ער מסתם פון ענגלישע ווערטער.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 5:42 pm
דורך פאטאקי08
יא איך רעד פון טשעקס דאס הייסט איך וויל אויפזיכן א טשעק פון איינעם זאל איך זיכען זיין נאמען און דער קאמפיוטער וועט עס טרעפן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 6:36 pm
דורך קרעמער
פרעג די אנפירער פון גמ"ח חיים משה אין 13 הופער וויליאמסבורג, זיי האבן דעם סאפיסטיקירטן כלי.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 6:41 pm
דורך זארעכפעפער
כ'פארשטיי נישט פונקטליך דיין פראגע.
דו ווילסט אריינסקענען דיין קאפי, אזוי אז דער טעקסט פונעם קאפי זאל ווערן א טעקסט פייל אז דו זאלסט קענען אראפנעמען און צושרייבן כאוות נפשך - יא?

כ'מיין אז רוב סקענערס האבן די אפציע, און ס'דארף נישט זיין קיין טייערע מעשה (פארשטייט זיך געוואנדן לויט די קוואליטעט). די HP סקענערס האבן דאס זיכער.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 7:10 pm
דורך קרעמער
די כלי פון וואס איך האב פריער געשריבן, איז ספעציעל פאר טשעקס, עס שלעפט אריין דעם טשעק אין א כמו צויבער-ראד און פירט אים ארויס פון די צווייטע זייט, בעת די אינפארמאציע ווערט רעקארדירט אין קאמפיוטער.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 8:25 pm
דורך נאטורליך
ווייסט איינער וועלכע באנק עס לאזט סקענען טשעקס און שיקען די דיפאזיט'ס פון סקענער צום באנק? איך הער אז אין פלעטבוש איז דא א באנק מיט די סערוויס.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 8:59 pm
דורך לאז געמאכט
נאטורליך האט געשריבן:ווייסט איינער וועלכע באנק עס לאזט סקענען טשעקס און שיקען די דיפאזיט'ס פון סקענער צום באנק? איך הער אז אין פלעטבוש איז דא א באנק מיט די סערוויס.

רוב בענק טוען די סערוויס דארפסט דאס נאר בעטן. זיי וועלן דיר רעכענן פאר די סקענער איך ווייס נישט וויפיל אבער אויב די האטס א גרויסע אקאנט קענסטו דאס באקומען פון זיי פאר גאר ביליג פארבינד אייך מיט א לאקאלע באנק זיי וועלן דיר געבן מער אינפארמאציע

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 9:55 pm
דורך לחיים ולברכה
כדי צו זיך שפארן די קאסטן פון נעמען א באס צוריק צום נושא, האבעך דיר גענפערט איבער די טשעק סקענער דא.

איצט איבער די סקענערס. ס'איז פארהאן אסאך מאדעלס סקענערס. ס'איז דא וואס זענען נאר סקענערס אליינס, די זענען בדרך כלל קלארער און האבן מער אפציעס, אבער פארנעמען מער פלאץ אויפ'ן טישל. דערנאך זענען דא מאלטי-פאנקשן מאשינען, וואס האבן אין זיך א קאפי מאשין, פרינטער, פעקס, און אויך סקענער.

יאך האב א מאלטי פאנקשן און כ'בין זייער צופרידן דערמיט. ס'נעמט מיר אויף דאס זעלבע פלאץ, און כ'בין צופרידן מיט אלעמען (קאפיער, פרינטער וכו'). כ'סקען כסדר וויכטיגע דאקומענטן און כ'שיק זיי אויף אימעיל, ס'קומט אויס היבש קלאר. כ'האב שוין אפילו געסקענט א בילד דערמיט, און ס'איז אויסגעקומען הערליך שיין, כמעט ווי דאס ארגינעלער בילד.

פארשטייטסעך, אז טשעקס קען מען אויך סקענען דערמיט.

דאס איז אלעס בנוגע די הארדוועיר.

ס'איז דא אסאך פראגרעמס וואס העלפן צו צום סקענען, קודם איז דא די גרעפיק פראגרעמס וואס האבן געווענליך אלע פיעטשערס צו קענען אויסוועלן די קלארקייט, שארפקייט, גרויסקייט וכדו'. דערנאך איז דא זייער אסאך קליינע פראגרעמס וואס זענען דירעקט געמאכט פאר סקענען.

איינער פון די פיעטשערס איז אז ס'זאל אויפכאפן די ווערטער, און עס קאנווערטן צו טעקסט. דאס רופט זיך OCR (Optical character recognition). ס'איז דא הונדערטע פראגרעמס וואס זענען דירעקט געמאכט פאר דעם, ווי אויך איז דא צו ליינען אידישע אותיות, ס'איז שוין דא פאר רש"י אותיות, און לעצטענס אויך מיט נקודות. פארשטייט זיך, אז די אידישע מאכט זייער אסאך טעותים.... אבער די ענגלישע זענען זייער גוט.

ווען דו קויפסט א BROTHER מאלטי-פאנקשען, וואס האט אויך א סקענער, קומט דאס מיט דער פראגרעם PAPERPORT, וואס האט זייער גוטע פיעטשערס צו סקענען דאקומענטן און בילדער, ווי אויך האבן זיי א פראגרעם פאר OCR.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 1:04 pm
דורך פאטאקי08
א גרויסען דאנק אייך אלע
בעיקר קרעמער און לחיים פאר די אינפארמאציע

די זאך איז אז איך זיך נישט קיין מולטי פאנקשען ווייל איך האב שוין א 1000 דאלערדיגע פרינטער און א 250 דאלערדיגע פעקס מאשין וואס איך יוז כמעט נישט ווייל איך יוז מער דעם קאמפיוטער צי פעקסען ממילא זיך נאר א סקענער און נישט קיין מולטי פאנקשען ווי אויך זיך איך א ברייטע דהיינו צי קענען סקענען מערערע טשעקס אויפאמאל

בקיצור אויב עימיצער קען מיר געבן א מאדעל נומער וואס מעטשט מיין קריטעריע און ער איז צופרידן דערמיט טוט מיר דערמיט א גרויסע טובה ווייל איך האב מיט קיין סקענער קיינמאל געהאנדעלט

תודה רבה למפרע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 1:18 pm
דורך לחיים ולברכה
פאטאקי, כ'קען דיך נישט פאר אזא בטלן, מאך אפאר סויטשערס אויף גוגל, וועסטעס זיכער טרעפן. כאב אמאל געזעהן ביי איינעם א גוטע SHARP סקענער, גיי ארויף אויף זייער סייט, אדער אויף סטעיפעלס דאט קאם וכו' וכו' וכו'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 1:19 pm
דורך פאטאקי08
לחיים עקספיריענס ביט אלע סוירטשעס