פרינטן אויף ענוועלאופס און קארטלעך

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

evernote
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

פרינטן אויף ענוועלאופס און קארטלעך

תגובהדורך evernote » זונטאג מארטש 20, 2016 12:57 pm

א גוטן,

אזוי ווי עס פעלט כסדר אויס ביי אונז אין ביזנעס צו שיקן קארטלעך פאר קליענטן ווי קאנגרעטאלאציע, העפי האלידעיס, העפפי בוירטהדעי וכדומה האבן מיר באשלאסן עס אנצוהייבן צו טון אין דע האוז אנשטאט דארפן עס ארויסגעבן יעדן שני וחמישי.

מיר זענען א אנליין ביזנעס און ביז יעצט האבן מיר כמעט נישט געדארפט פרינטן, האב איך נישט די מינדעסטע השגה אין פרינטינג, ביטע ארויסהעלפן.

וואספארע פרינטער דארף איך צו פרינטן אויף ענוועלאופס און קארטלעך (אזוי ווי חתונה אינוועטעישאנס, אפשר אביסל קלענער)?

וויאזוי ווערן די קארטלעך איינגעבויגן אינדערמיט? קויפט מען שוין די קארטלעך אזוי רעדי מיט די קנייטש אינדערמיט?

ווי קען מען קויפן פאר א גיטע פרייז די סארט פאפיר פאר קארטלעך?

דאס איז עס פאר דערווייל יישר כח

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » זונטאג מארטש 20, 2016 1:11 pm

עני פרינטער וועט פרינטן אויף עני פאפיר וואס ליגט אינעם טרעי/פידער.
דארפסט נאר רוקן די שטיקלעך פון די זייטן אז זיי זאלן פעסט אנהאלטן די קארטלעך/ענוועלאופס, אז נישט קען זיך עס פאררוקן ביים פרינטן.

איינגעבויגענע קארטלעך קענסטו טרעפן אנליין (...) ביי עמעזאן, סטעיפלס, מייקעלס וכדו׳.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מארטש 20, 2016 1:15 pm

ס'פרינט זיך נישט אזוי מיט יעדן פידער, רוב פרינטערס וועלן מאכן א קנייטש אויף איין קארנער

מטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 15, 2014 12:10 pm

תגובהדורך מטל » זונטאג מארטש 20, 2016 1:24 pm

א ביליגע פרינטער מיט א שוואכע פיאזער וועט מען קענען אראפ קראצען די טינט נאכן פרינטן אויף קארד חוץ אויב איז עס א אינק דשעט

evernote
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

תגובהדורך evernote » זונטאג מארטש 20, 2016 1:34 pm

שכח פאר די מגיבים,

מיין יעצטיגע פרינטער איז א קליינעם פרינטער פונקט גוט פאר א צעטל דא דארט

איך וועל דארפן פרינטן הינדערטער קארטלעך אויף איינמאהל, ספעציעל פאר א חאגע, וואספארע פרינטער וועט זיין גוט פאר דעם. די קארטלעך דארפן אויסזעהן פראפעסיאנאל.

וואס זוך איך אנליין, און ווי טרעף איך א גיטע פרייז פאר באלק ארדערס? לאמיר זאגן איך זוך די סייז פון א געהעריגע פאפיר איינצוקנייטשן אין 2. און ענוועלאופס פאר די זעלבע סייז, ווי הייב איך אן?

סארי פאר מיין אמעראצעס אבער איך ווייס נישט דאס מינדעסטע איבער פרינטינג

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג מארטש 20, 2016 1:52 pm

איך האב א טייערן פרינטער, אבער איך קען אראפ קראצן די טינט פונעם קארטל

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » זונטאג מארטש 20, 2016 2:32 pm

epson wp 4020 דארף צו זיין זייער גוט פאר הארטע קארטלעך/ענוועלאופס, אבער מען דארף עס כסדר אנפילן (עס נעמט נישט מער ווי 20/30 קארטלעך אויפאמאל) די מאשין פרינט ארום 900 שטיק שעה


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט