בלאט 1 פון 1

הילף איבער א דב"ד (DVD) שפיעלער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 5:16 pm
דורך מיללער
איך האב א דב"ד (קאפירט פון א קעם-קארדער טעיפ) וועלכע איך האב שוין געשפיעלט אויף א שויס-דעקל (LAPTOP) אבער ווען איך וויל אים אריינשטעלן אין א פשוט'ע דב"ד שפילער ארבייט ער נישט, בו בזמן ווען אנדער אריגינעלע דב"ד'ס ארבעטן געהעריג כאחד הריקים.

איך בין א גרויסע ע"ה אין טעכנעלאגיע, איז פאראן א ספעציעל קרייטעריע אויף דב"ד'ס עס צו זעהן אויף שפילערס וכדו'?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 5:21 pm
דורך Jewboy
דיין פלעיר סופארט CDR CDRW?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 7:12 pm
דורך שוועמל
דו האסט נישט קיין דבד, דו האסט א פשוטע סידי קאפירט פונעם קעמקארדער. דעריבער אין א קאמפיוטער ארבייט ער ווייל יעדע קאמפיוטער קען ליינען סידי'ס, אבער אין א דבד שפילער ארבייט ער נישט ווייל ער ליינט נאר דבד'ס. וזה מרומז בדברי המלך זשובוי יר"ה.

כדי צו מאכן פון א סידי א דבד'ל, פעלט זיך אויס געוויסע טולס, עס איז דא פאר פרי טרייעל אבער כ'בין נישט אזוי אזוי באקאנט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 8:43 pm
דורך מיללער
קודם יישר-כח פאר'ן פרובירן, אבער די מעשה איז אז אין א קאמפיוטער וועלכע פארמאגט נישט קיין דבד דרייוו האט ער נישט געארבעט האב איך פארשטאנען אז ער איז א דבד, ווידעראום אויפן אנדערערן קאפיוטער מיט'ן דבד דרייוו האט ער יא געצייגט, אבער אונעם דבד שפיעלער איז ער געווען טויט, ונמצא שהייתי קרח מכאן וקרח מכאן.

אין יא שיעור פארגעסן, אויפן פנים שטייט קלאר אויפגעשריבען איז ער איז א דבד, איז דאס א ראיה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 10:33 pm
דורך מאשקע
ס'האט מסתמא מיט'ן וועג וויאזוי דער דוד'ל איז געשריבן געווארן, דהיינו אז ס'איז נישט געקלאוזט געווארן ביים שרייבן, וואס אסאך דו"ד שפילערס (אפילו אין קאמפיוטערס) קענען דאס נישט ליינען.

אויב האסטו נאך די אריגינעלע פיילס, שרייב עס איבער אויף אן אופן אז ער זאל ווערן "געקלאוזט". קוק ביי די אפשענס/סעטינגס.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 7:49 am
דורך מיללער
יישר מאשקע, מ'וועלמיר זעהן וואס דער פאטא פין לי. עוו. זאגט דערצו, ער איז געווען דער סופר פונעם דו"ד כלשונך אדער דב"ד כלשוני, למעשה האט ער מיך דערווייל גוט מסדר געווען שוין טעג וואס איך לייג די קינדער פרי שלאפן ווייל איך האב א מעכטיגע דב"ד, ליידער איז מעשה שטן הצליח.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 9:18 am
דורך צייטליך
וויפיל פראבלעמען איך שוין געהאט מיט "דוד'ס" איז עס געווענליך געלייזט געווארן מיט איין פראגראם,

VLC Media Player

לייג אריין דיזע ווערטער אין גוגעל, און דאולאוד עס פאר אימזינס, פריי פון אפצאל, און עס וועט בעהשי"ת ארבייטן, בלנ"ד,
עס שפילט אלץ-דינג, CD, DVD, MP3, MP4 און וואס נישט, פראביר עס אויס,

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 9:45 am
דורך פאטאקי08
איך שטימ מיט מיט צייטליך
וואסערע פייל א צווייטער וויל נישט שפילען שפילט ווי על סי יא

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 1:01 pm
דורך יענטאאש
חכמים, ער וויל דאך עס זאל שפילן אינעם די ווי די פלעיער, אינעם קאמפיוטער ארבייט עס יעצט אויך.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 3:21 pm
דורך מיללער
יענטאאש האט געשריבן:חכמים, ער וויל דאך עס זאל שפילן אינעם די ווי די פלעיער, אינעם קאמפיוטער ארבייט עס יעצט אויך.


יענטי,
דאס זענען די היינטיגע טעק-חכמים, אלעס ווייסן זיי אויסער וואס מ'פרעגט, "בקיסער עס האס נישט קיין אייסע" זאגט מיין חבר פון בענענעס-און-אייערס

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 4:02 pm
דורך יענטאאש
יא, ס'א געפרעגט מיט כיטים, ס'א גענטפערט מיט סוירים...

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 5:15 pm
דורך סאכדעס
כ'זאג דיר יענטאאש, א ברכה אויף דיין קעפעלע, דיין איצטיגע תגובה מיט דיין בילד, זענען דאך ווי צווילינג.