בלאט 1 פון 1
שנעלע Core Duo אדער שטייטערע Core 2 Duo? [מסודר]
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2007 8:41 am
דורך קרעזי
שמעו נא רבותי,
וועלכע איז בעסער צו קויפן? א שנעלערע Core Duo אדער א שטייטערע Core 2 Duo? די רעדע איז פון א Core Duo מיט צוויי גיגאהערץ, און די צווייטע (Core 2 Duo) איז 1.6 גיג.
שאנקע דיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2007 1:10 pm
דורך Thinker
וועט דאס די ענטפערן,
http://tech.yahoo.com/blogs/null/8263 אין קורצן וואס איך זעה איז אז די Core Duo 2 ארבייט 30% שנעלער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2007 6:10 pm
דורך שמייכל
די חילוק פון core מיט core 2 איז אין די clock speed אויב ווייסטו וואס ס'מיינט.
לויט דעם thinker אז די שנעלקייט איז 30% מער, דאס איז נאר שייך אויב רעדט מען פון צוויי די זעלבע מאס GHZ.
יעצט אין אונזער פאל, איז דיין core 2.00 גהז מיט 20% שנעלער פונעם core 2 מיט 1.6 גהז. אבער רעכנט מען צו די שנעלקייט פונעם עצם core 2 איז דאס 30-10% , קומט אויס אז דער core 2 איז נאך אלץ שנעלער.
אגב, איך מיין אז די core2 געט ארויס ווייניגער היץ, נישט קאנפירמירט.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2007 2:34 pm
דורך קרעזי
שמייכל,
גאנץ א גוטע חשבון, אבער לויט וויפיל איך האב ארומגעזוכט אינעם נעץ, זעה איך אז עס הערשט אן ערנסטען אומקלארקייט איבער די נושא. טייל ווילן זאגן אזוי ווייט ווי אז עס איז נישט פארהאן קיין שום דיפערענץ בכלל, אויסער ממש קלייניגקייטן.
דער חילוק כלפי די היץ האב איך אויך געזעהן ערגעצוואו, און קען זיין אז דאס איז איינע פון די קליינע דיפערענצן צווישן די צוויי.
אגב, בין איך דא מוסר מודעה אז איך בין זייער בייז אויף אינטעל פאר זייערע נארישע וועג פון געבן די נעמען פאר די צוויי פראסעסארס.