בלאט 10 פון 13

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 12:13 pm
דורך מומחה עצום
פלוני האט געשריבן:וואס איז דאס?

פרעג איבער, קיינער ווייסט נישט וואס דו ווילסט.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:44 pm
דורך פלוני
אפשר האב איך געמיינט דאס:
דאס איז פארן אוועקגיין צייטווייליג, בעפאר מ'גייט אהיים דרוקט מען X+❖ דערנאך U U

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:54 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
דאס איז א שאורטקאט אויסצולעשען די קאמפיוטער עס איירבעט אויף ווינדאוס 8 און העכער (אויב די קיבאורד איז אויף ענגליש)
און איך האלט אז אין געווענדליכע פעלער זאל מען עס נישט טוהון יעדע נאכט

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 2:01 pm
דורך מומחה עצום
נישט טון? די בעסטע זאך צו טון איז אויסלעשן די קאמפיוטער יעדע נאכט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:16 pm
דורך מומחה עצום
גאר א נוצליכע פראגראם צו טוישן נעמען פון אסאך פיילס אויפאמאל.

Rename Master

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:21 pm
דורך מומחה עצום
יעדער ווייסט ווי וויכטיג עס איז צו נוצן Two Factor Authentication, וואס איינע פון די פאפולערע עפפס דערפאר הייסט Google Authenticator.

אבער נישט יעדער האט א סמארטפאון, און די עפפ ארבעט נאר אויף א סמארטפאון. דארף מען אבער וויסן אז די עפפ איז באזירט אויף א סטאנדארט, און ווער ס'קען אביסל פראגראמינג קען מאכן אזא עפפ אויף וועלכע פלעטפארם ער וויל.

אט איז א גוטע עפפ וואס טוט די זעלבע ארבעט, נאר עס לויפט אויף ווינדאוס, און אזוי קען מען זיין סעקיור אן דארפן האבן א סמארטפאון.

WinAuth

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:42 pm
דורך עין טובה
זיי האבן אן אפיציעלע עקסטענשען אין קראום

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:44 pm
דורך מומחה עצום
ווער האט, גוגל? איך מיין אז נישט, גיב אהער א לינק.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:44 pm
דורך עין טובה
סארי, נישט גוגל. דאס איז וואס איך נוץ
https://chrome.google.com/webstore/deta ... addinpkbai

דא איז פאר פייערפאקס (דירעקט דאונלאוד) hxxps://addons.mozilla.org/firefox/down ... latest.xpi

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:46 pm
דורך מומחה עצום
זייער שוואכע מעשיות, קראום קען קראכן (איך האב שוין געהאט אזוינס) און צוזאמען דערמיט די עקסטענשען. ס'בעסטע איז ווען עס ליגט אין אן עקסטערע פראגרעם וואס מ'קען טראגן אויף א USB וואו מ'וויל.

די אויבערדערמאנטע פראגראם האט פילע אנדערע מעלות אויך, ווי בעקאפ, עקספארט, אייקאנס וכו' ועל כולם איז עס אומזינסט!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:48 pm
דורך עין טובה
וואס הייסט אז ס'וועט קראכן צוזאמען מיט די עקסטענשן? איך נוץ דאס אויף א געוויסע זייטל. מיינסט אז איך זאל טוישן?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:51 pm
דורך מומחה עצום
א קראום עקסטענשען איז נישט די פלאץ וואו מ'האלט די סעקיורטי שליסלעך, ס'איז באקוועם און פראקטיש אבער ס'דא צופיל זאכן וואס קענען גיין ראנג. בעסער אז מ'האט א עקסטערע פראגרעם (אדער עפפ אויפן פאון, אדער ביידע צוזאמען) מיט א בעקאפ אפליין און דאס איז אומאפהענגיג אין אנדערע פראגראמען ווי קראום.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:55 pm
דורך עין טובה
גראדע געהאט א באנוצער וואס האט נישט געוואלט נוצן די עקסטענשן אזויווי דו זאגסט, נאר עס געהאלטן אויפן פאון. מה עשה הקב"ה? יענעמס פאון האט געפגרט, און איך האב געמוזט אויסלעשן זיין 2FA ביז ער האט צוריקגעלייגט די עפפ...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 5:44 pm
דורך מומחה עצום
א געוואלדיגע פראגראם פאר קאמפיוטערס וואס זענען אויסגעשטעלט צו פובליק באנוץ

(נאך א סיבה פארוואס ווינדאוס 7 איז אזוי גוט און פיין!)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 6:18 pm
דורך דוד משה
ווען איך דארף האבן מערערע ווינדאוס אפן אויפאמאל נוץ איך די פראגראם AlwaysOnTop וואס מען האט צוגעוויזן דא, איך האף אז דאסמאל וועט מומחה געבן זיין הסכמה.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 6:23 pm
דורך מומחה עצום
דוד משה האט געשריבן:ווען איך דארף האבן מערערע ווינדאוס אפן אויפאמאל נוץ איך די פראגראם AlwaysOnTop וואס מען האט צוגעוויזן דא, איך האף אז דאסמאל וועט מומחה געבן זיין הסכמה.

איך האב עס נאכנישט געזען, אבער עס זעט אויס אקעי.

ביי אונז פירט מען זיך צו נוצן דאס: Window On Top

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 6:25 pm
דורך מומחה עצום
א קוריאזע פראגרעם וואס פלעגט קאסטן א קליינע אפצאל, היינט איז עס שוין אומזינסט... א קליקער צו עפענען און פארמאכן די סידי דרייוו אן זיך אראפבייגן און זוכן די קנעפל.

WinEject

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 8:29 pm
דורך דוד משה
מומחה עצום האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:ווען איך דארף האבן מערערע ווינדאוס אפן אויפאמאל נוץ איך די פראגראם AlwaysOnTop וואס מען האט צוגעוויזן דא, איך האף אז דאסמאל וועט מומחה געבן זיין הסכמה.

איך האב עס נאכנישט געזען, אבער עס זעט אויס אקעי.

ביי אונז פירט מען זיך צו נוצן דאס: Window On Top

קאסט שוין געלט היינט צוטאגס.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 7:43 pm
דורך מומחה עצום
ווייסעך נישט ווי ווייט עס איז א גמ"ח דאס צו לייגן דא, אבער זאל זיין...

USB Copier

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 7:47 pm
דורך מומחה עצום
א סייט מיט פילע אומזינסטע טולס וואס זענען מיר שוין צוניץ געקומען

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:31 pm
דורך עין טובה
מומחה עצום האט געשריבן:א סייט מיט פילע אומזינסטע טולס וואס זענען מיר שוין צוניץ געקומען

טענקס. איינע פון די טולס האב איך שוין גענוצט פון דארט. די סייט אין אלגעמיין איז אקעי?

פארן בוקמארקן וויל איך הערן דיין מיינונג. איך שטעל זיך פאר אז יא, אבער מאך זיכער ביטע.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:42 pm
דורך מומחה עצום
יא, ער איז פיין. האט אויך אינטרעסאנטע זאכן אויף גיטהאב.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:44 pm
דורך עין טובה
טענקס.
#בוקמארק סעיווד

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:50 pm
דורך מומחה עצום
נאך א לינק מיט אלע סארטן טולס און עפפס וואס קען אמאל זיין נוצליך (און אמאל נישט...), נוצט עס אויף אייער אייגענע אחריות.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:49 pm
דורך מומחה עצום
א וועבסייט מיט כל מיני ווינדאוס פראגרעמס, קומט צונוץ ווען מייקראסאפט טוישט עפעס און מ'וויל עס צוריק טוישן...